06 צס 2118016ש8 ש/0110טק 806נת 85טט 161121המח פום 1

000021100? 210166019 16886ז116

פיט 0

נעסס. 16ט1טס-100198ע0)ס1מו 1ו14016.00ס-װ10015ץ//:פ1ח

01008608 16049סעק 116110896 106 0

זסן ץ50161 סמווחס 1066שסזט 15 0101101חז 1015 זס 010ז 60066‏ 101ס'זסוזווזסס זסי1 צוחס 56ט 50001זסקן 0װחשס1011 406 81 פו 0001006 16056ט ,56 זס)ס עחט

6405 011חזס

נעסס. 16ט1טס-100158ע0)ס1מו

ת700002100 21016019 116111296 6 1 0

א )0

* דיי אטאל = פי:י: י כי == = = יי 5 -2 2 ב ס --: : :6 י"א ם 2 2 ' = רז כ ארת {6| רע 54 -- : 4 == 07 א א ת) :4 אמט א 77 )66 / |

עטיל

הימן פונעם פארבאנד פון סאָוועטישע סאָציַאליסטישע רעפּ בליקן. ווערטער --- ס. מיכאלקאָוו און ג. על-רעגיסטאן, מוי זיק--א. װ. אלעקסאנדראָוו (איבערזעצונג)+ . . . . 4

0 יאָר אָקטיאבער-רעװאָליוציע. פּערעץ מארקיש. דאָרי אויס, דאָר-אײַן (פראגמענט פונעם ראָמאן) צייכענונג פון

מ יאכילוטש". וט . . א . יט וא 2 בוזי מילער. יעדן דאָר --זײַנס (ראָמאן) צייכענונגען פון

אי. מאסטבאום . עב + גע )2 אי ערע א לידער פון אונדזערע פרײַנט אין אויסלאנד. כאיים שװוארץ

(לאָסיאנדזשעלעס); ס עם ליפּצין (ניװײאָרקא; יאָס?

גאָלדבערג (בוענאָסיאײַרעס); כאים גאמוז (מאָנטרע-י

אֹל); דאָװיד סעעלצ ער (ניײיאָרק); שלוימע שא װי

יאו טי אש 65 6 5 ...= 156 כאיִם מעלאמוד. לאָקשן מיט מילך (דערציילונג) . . 79 יאנקל עלקיס. מײַן היים איז הי (לידער) . . . . 90

הירט דובין אזוי קומט דער פרילינג (דערציילונג) . 92 פון דער דיכטערישער יערושע. נאָכעם ט שערניס. ,יאםילידער", .נאטולא?" . . . + + + + . 6 6 6 . 1324 מענטשן, זײער צײַט און זײער גױרל. באָריס קאָמסקי רויטע בלימלעך אין א געשליפענער גלאָז + + + *+ + * יויס עף שוסטער. די דינאסטיע גורפינקעל (פארצייכע- אט א צו יט יש שי אלעקסאנדער ליזען אין גי . . . {שחהם +-זס ח+א פּובליציסטיק. פּראָפּ. ג. ב אָנדאר עװ סקי. דער עמעס וועגן די באציונגען צװישן די ציעניסטן און נאציסטן . 149 מאניע קאָטליאראָ װע. אײינער פון אונדזער שעפע- רישן צעך * * * * * * * * * * * * * * * * 159 פישל טאָביִאש (אורוגװײַ). א פּאָלעמיק, װאָס איז אופ- געהויבן געװאָרן צו דער צײַט. פּײַװל האָנאָר (פשא. װי לאנג קען מען באהאלטן דעם עמעס! צאלעל בליץ (ארגענטינע). די , מאָרגןיפרײַהײַט" גייט אף קאָנצעסיעס 160

דער אלטער לװאָווער

ליטעראטור-קריטיק. ביבל;אָגראפיע. פראגן פון קונסט.

הערש רעמעניק. נאָטיצן פון א קריטיקער (ליטערארי- שע באטראכטונגען צו דעם 60-טן יאָרטאָג פון דער אק"

טיאבער-רעװאָליוציע) יט יוג לצא 6 גי ןב ש. װײצנפעלד. א װעטעראן פון דער קאָמוניסטישער זשורנאליסטיק . . . + +1. 200

װעגן שפּראך-פראגן. מוישע איטקאָװיטש. פאר דער רײנקײַט פונעם לאָשן * * : .* * * * .* * * .* * * 17

קאָמענטארן פון רעדאקציע יע יש שי 7 אטא כראָניק * * * * .* .* * * .* * * * * * .* * * 9, 183 184

יי רעטש 6 ר 3 א יא 26 א 8 דאָס איז טשיקאוע. װ. לאָגװינאָװ. װי א פּאָעמע אין יי .., 6 יט עי יל א א א זיאמע טימענטשיק. סאטירישע פערזן + * *+ * * מאטעריאלן פאר א לעקסיקאָן פון דער ייִדישער סאָוועטישער ר א יעג איי טמעש 6 /4יג + 21 6 א 0פה צו די געזעלשאפטלעכע פארשפּרייטער פון ,סאָװועטיש היימ" = אי טעב שי . + 2.6 א אי פאר די, װאָס לערנען ייֵדישׁ + + + * * * * * : רעזומע לוט די מאטעריאלן פונעם נומער (רוסיש, ענגליש) . !

הויפּטירעדאקטאַר

א. ווערגעליס רעדקאַלעגיע:

כ. ביידער, א. גאָנטארך, ש. גאָרדאָן, ט. גען,

י. טשיטשעלניצקי, נאָטע לוריע, מ. לעוו, ב. מילער, כ. מעלאמוד,

ה. פּאַליאנקער, ס. פרײ. פאראנטװאָרטלעכער סעקרעטאר י. שוסטער

א פססר איז אויסגעבויט די אנטוויקלטע סאַציאליסטישע געזעלשאפט. אף דעם דאַזיקן עטאפ, װען דער סאַציאליזס אנטװיקלט זיך שוין אף זײַן אייגענעם יעסאָד, אנטפּלעקן זיך אלץ פולער די שעפערישע קרעפטן פון דער נײַער אַרדענונג, די פאָרצוגן פונעם סאָציאליסטישן ארט לעבן, די ארבעטנדיקע באנוצן זיך אלץ ברייטער מיט דער פרוכט פון די גרויסע רעװואָליוציאָנערע דעראַבערונגעןן. דאָס איז א געזעלשאפט, אין וועלכער עס זײַנען געשאפן מעכטיקע פּראַדוציריקרעפטן, א פאָרגעשריטענע וויסנשאפּט און קולטור, אין וועלכער עס וואקסט קעסיידער דער ווילשטאנד פונעם פאָלק, עס װוערן געשאפן אלץ מער גינסטיקע באדינגונגפן פאר אן אלזײַטיקער אנטוויקלונג פון דער פערזענלעכקײַמ.

פון דעם פּראָיעקט פון דער קאָנסטיטוציע פונעם פארבאנד סאָוועטישע סאָציאליסטישע רעפּובליקן

הי פונעם פארבאנד פון סאָועטישע סאָציאליסטישע רעפּובליקן

טעקסט פון ס. מיכאלקאָוו מוזיק פון א. וו. אלעקסאנדראָוו און ג. על-רעגיסטאן

א פעסטן פארבאנד פון רעפּובליקן פרײַע

אף אײיביק באהעפט האָט דאָס רוסישע לאנד, זאָל לעבן די שאפונג פון פעלקער געטרײַע-- דער אײינהײַטלעךישטארקער סאָוועטנפארבאנד!

רום אונדזער פאָטערלאנד, פרײַען און מעכטיקן, פרײַנטשאפט פון פעלקער, װאָס האָט ניט קיין ברעג. לענינס פּארטיי -- די קראפט אונדזער גערעכטיקע -- צום קאָמוניזם באװײַזט אונדז דעם וועג.

דורך שטורעמס געשײַנט האָט די פרײַהײַט מיט גלויבן, ס'האָט לענין דער גרויסער דעם וועג אונדז באהעלט: די פעלקער צום קאמף פארן יוישער דערהויבן,

אף מי אונדז באגײַסטערט, מיט גװוּרע באזעלט.

רום אונדזער פאָטערלאנד, פרײַען און מעכטיקן, פרײַנטשאפט פון פעלקער, װאָס האָט ניט קיין ברעג. לענינס פּארטיי -- די קראפט אונדזער גערעכטיקע -- צום קאָמוניזם באװײַזט אונדז דעם וועג.

אין זיג פון אידייען פון דעם קאָמוניזם

מיר זעען די צוקונפט פון לאנד, װאָס איז פרלי,

דער פאָן אונדזער רויטער פון היימלאנד דעם ליבן

אף שטענדיק און גרענעצלאָז בלײַבן מיר טרײַ. רום אונדזער פאָטערלאנד, פרײַען און מעכטיקן, פרײַנטשאפט פון פעלקער, װאָס האָט ניט קיין ברעג, לענינס פּארטיי -- די קראפט אונדזער גערעכטיקע -- צום קאָמוניזם באװײַזט אונדז דעם וועג.

16 .8010060)). 1051050) א

ר געליס,

באליאסנע, מי

טאלאלאיעווסקי

ה. בלאָשטײן, כ. ביידער,

,

גילעוויטש, י. עלקיס, א. קאצעוו,

פון דער איבערזעצונג איז פאראן דער בײַטראָג פון. ז. טי

סאָוועטישע ייִדישע דיכטער, וועלכע לעבן אין פארשיידענע שטעט פונעם לאנד.

מענטשיק, ד. כײַקינע,

י. בוכבינדער, א. גאָנטאר, מ. גרוּוומאן, מ. ליפשיץ,

ב. מאָגילנער, פּ. קיריטשאנסקי, מ. ריאנט, ה. רעלעס.

איבערזעצונגען אף ייִדיש פונעם הימן פון סאָוועטנפארבאנד האָבן צוגעשיקט אין רעדאקציע זעכצן א.

אין ענדגילטיקן טעקסט

ווער- מ. מאָ-

/ 1 | װ | וז װ " וא

שא א

0 :7 וי |

װ װ ייוו וו וו = . וו יף וו ןע 0 פװ|

שיו

0 ן 184 טערב

פּערעזץ מארקיש

דאָר = אויס, דאָר= אײַן

פראגמענט פונעם ראָמאן

, -- העי, העי, דאָלאָי פּאָליצײי,

דאָלאָי סאמאָדיערזשאוויעץ אוּוו ראסיי!"

מיט אָט דעם לידל, װאָס איז אים נאָך פארבליבן פון אמאָליקע יאָרן, ווען מאָטל בארג און בערעלע קאטאָרזשאן האָבן געשאָסן אפן קלויסטער און ווען מע האָט געזעצט שויבן בא שטאָטיבאלעבאטים און װען עזרע מענדלס איז געגאנגען מיט דער פאָן, --מיט אָט דעם לידעלע האָט מאָטל באלעגאָלע צוגעשטעלט א בענקל צו איינער פון זײַנע פיר װענט און גענומען אף איר קלעטערן,

-- מאָטל, װאָס קלעטערסטו אף די ווענט?

-- הא?

-- זע נאָר, כ'בעט דיך, א ייִד זוכט זיך דיר אָפּ אינמיטן טאָג אן ארבעט. קלעטערן אף די גלײַכע ווענט, -- האָט זיך שוין אופגעהויבן פון אָרט מאָטל באלעגאָלעס װײַב, צוהאלטן דאָס בענקל, אף וועלכן מאָטל איזּ געשטאנען און עפּעס געריסן פון דער וואנט.

אף דער וואנט פון מאָטלס אלקער האָבן שוין פון קאמע שאָנים געװוינט די פּאָרטרעטן פון דעם קייסער ניקאָלײ אלעקסאנדראָװיטש און זײַן פאָטער אלעקסאנדער ניקאָלײַעװיטש.

זי האָבן זיך פארגונען פארנעמען דרײַ פערטל פון דער באלעגאָלישער וואנט אין מאָטלס אלקער, מיט זייער קיניגלעכער מאכט און מיט זייער אימפּעראטאָרישער גרױסקײַט.

געלע גלאנציקע, בוימלפארביקע פּאָרטרעטן מיט העל-בלויע האָריזאָנטן, ווייכע גלאנציקע פּענעמער, װי כאלעס, אָפּגעשמירטע מיט געלכלעך פון אייער, האָבן פארשמייכלט מאָטעלע באלעגאָלעס אָרעמען אלקער.

מאָטעלעס װײַב האָט זיי קיינמאָל ניט אויסגעװישט, האָבן פליגן אף זיי רויק געוינ- טערט -- פון יאָר צו יאָר. פארדארטע פליגן, אײַנגעקאָרטשעטע, װוי פון פּאָפּלעקציעס.

איצט איז ערעוו פּייסעך. א פרישער ווינט לויפט ארום איבער די גאסן און גלעט די קליינע ליימענע שטיבלעך. די גרויסע בלאָטעס זײַנען שוין אָפּגעבאקן און פארטריקנט. טירן שטייען א גאנצן טאָג אָפּן און דורך זיי זעט מען, װי מע וואשט און מע שקראבעט און מע גרייט זיך ארײַנעמען דעם פּייסעך. אף דער שול הענגט נאָך די פאָן פון דער ערשטער מא" ניפעסטאציע. מ'האָט זי נאָך ניט אראָפּגענומען. און ייִדן ווערטלען זיך:

-- ס'װאָלט געווען א יוישער, מע זאָל אים ארײַנעמען אין צעטל פון ,מאָעס-כיטן!

-- וועמען?

--- וועמען?

-- אים! ניקאָלקען!

-- פארװאָס קומט עס אים אזוינס?

-- ס'הייסט, פארװאָס? קארג טויוועס האָט ער געטאָן ייִדן? הא? און איצטער, אז די פּאָ- לאָזשעניע איז בא אים ניט אזוי אײַיאײַ:אײַ, מעגן ייִדן עפּעס פארזען אף אים! נישקאָשע!

-- אויב אזוי, װועט אים קומען געבן שמירע. טאקע װוי א גרויסן צאדיק.

און מאָטל באלעגאָלע האָט געקלעטערט אף דער ואנט און זיך דאָביוועט צו די קייסערלעכע פּאָרטרעטן, װאָס האָבן אָפּגע- װוינט בא אים אין אלקער א שיין שטיקעלע צײַט,

אָט הענגט ער שוין אף דער וואנט אליין, צוגעקלעפּט, װי א לעבעדיקער קיניגלעכער פּאָרט- רעט, און זײַן װײַב האלט אים צו דאָס בענקל, ער זאָל ניט אראָפּפאלן. זי כאפּט אים אלע װײַלע אָן פארן פּלודער און טאָ- רעט אים:

-- זאָג מיר, כ'בעט דיך, װאָס ווילסטו טאָן, מאָטל?

-- װאָסי? זעסט דען ניט?

הא? -- עפשער ווילסטו זיי שוין אראָפּנעמען? = יאָ --- וועמען? -- לעקעשן!

און מאָטל איז געשטאנען אפן בענקל מיט אן אָפּצװענגע און מיט א האמער און גערעדט צו די פּאָרטרעטן:

-- איך בעט איבער דײַן קאָװעד און דײַן טאטנס קאָװועד און דײַן װײַבס קאָװעד, איר זאָלט מיר אלע ניט קיין פאריבל האָבן אף מאָטעלע באלעגאָלע.

און גלײַך, װי נאָר מאָטעלע האָט אָפּגעזאָגט די בראָכע, איז שוין ניקאָלײַ אלעקסאנדראָ- וויטש געלעגן בא אים אונטער דער פּאכװע און ער האָט אים הינטן-ארומער געטיטשעט זײַן װײַב;

-- נא, האלט אים, סאָסי, און קוועטש אים ניט!

און אז מאָטעלע האָט אראָפּגעריסן דעם צווייטן פּאָרטרעט מיט דראָט און מיט א שטיק וואפּנע פון דער וואנט און אָנגעשיט זײַן װײַב, סאָסין, פולע אויגן מיט ליים און מיט שטויב, האָט ער אראָפּגעטאנצט פונעם בענקל און זיך אָנגערופן:

-- נו, סאָסי, איצטער קאָנסטו זיי זיך ביידע נעמען אין קיך! אויב דו ווילסט, -- איז מיטן שענסטן קאָװעד! הײַדא! אניט, איז אין שטאל ארײַן. צו די פערד. בא מאָטלען זײַנען זיי אויס מעיוכאָסים!

די דערשראָקענע סאָסי איז געבליבן זיצן א געפּלעפטע מיט ביידע קײסאָרים פּאָרוטש און ניט אָנגעהויבן צו וויסן, װאָס צו טאָן און ויַאזוי זיך צו רירן. און מאָטל האָט געבלאָזן אף זײַנע פארשטויבטע הענט; ער האָט זיי גוט ארומגעבלאָזן פון די צוויי שכיינים, װאָס ער האָט נאָרװאָס מיט זייי ארוױיסגעװאָרפן, און גענומען שפּאצירן הין און צוריק איבערן אלקער, אונטערברומדזשענדיק מיט דער נאָז:

העי, העי, דאָלאָי פּאַליצײ, דאָלאָי סאמאָדיערזשאוויעץ אוּוו ראסיי!

ער האָט מאמזעריש אונטערגעװונקען צו זײַן װײַב און, דרייענדיק זיך איבערן צימער, זי אלע װײַלע פארטשעפּעט:

-- נו? װאָס האָסטו זיך אנידערגעזעצט? הא? וייניק דיר צוויי קײיסאָרים! הא? װײניקו זאָרג זיך ניט! ס'עט זײַן, זאָג איך דיר, סאָסי, נאָך! ס'עט זײַן, ס'עט זײַן! הא! דו, בעהיימע נארישע! װאָס שװײַגסטו! מאָטל װוערט איצטער דער גלאװונער! גרעסער פונעם גובערנאטאָר אין ראסיי! ס'איז דאָך עפּעס סלאָבאָדע, פערדאטש! און דו--גאָרניט! זיצסט. װאָס זיצסטו?

-- לאָז זיך צו דיר צוטשעפּען די העמד! גובערנאטאָר! װאָס נאָך! בעסער װאָלסטו גע-

7

פאָרן צו דער באן! טאָמער װאָלט ארײַנגעפאלן א פּאָר גראָשן אף פּייסעך. האָט ער זיך צעזונ- גען. א געדולע אף אים -- פּאָליצײ, זא ראסיי און דאָלאָי! -- פּאָטשאָטנע באלעבאָס! מאָטעלע גובערנאטאָר!

מאָטל האָט זיך אוועקגעשטעלט אינמיטן אלקער, פארלייגט די הענט אף דער ברוסט אף זײַנער און מיט אן אויסדרוק פון גרויס ביטל און פאראכטונג צו זײַן שטוב, האָט ער א שפּײַ געטאָן און איז ארויס אין גאס,

..אין שטעטל האָבן זיך ארומגעדרייט פארשיידענע פּארשוינען. פרעמדע, אָנגעקומענע. אינסטרוקטאָרס, אָרגאניזאטאָרס און אָראטאָרס.

בערעלע קאטאָרזשאן האָט זיי געפירט און מיט זיי גערעדט און זיך געפילט זייער וויכ- טיק. ער איז די גאנצע צײַט שוין געגאנגען מיט א רויטן באנד, צוגעטשעפּעט צום לאץ, און האָט זיך זייער געשעפטלעך געשאפט מיט מאָטעלע באלעגאָלע:

-- מאָטל, קענסט שוין די נײַע לידער?

-- מאָטל, האלט גרייט די פערד! מירן הײַנט דארפן פאָרן אין קרײַז, מאָטל! מאָטל, פון דער באן איז הײַנט קיינער ניט געקומען? הא? ס'האָט הײַנט עמעצער געדארפט קומען פון דער באן. יאָ, מאָטל, סט'ארײַנגיין. כ'האָב באקומען נײַע אינסטרוקציעס. און מע דארף אויס- לערנען נײַע צוויי לידער. צו דער מאניפעסטאציע. נא זיי דיר. זאָלסט זיי אויסלערנען, מאָטל, מיט דער כעוורע, נא!

אין גאס האָט זיך ארומגעדרייט פּעטראָ דער סטראזשניק אין זײַן שמויסענעם יאָלעם און אָן דער שאשקע. ער האָט זיך געשנאָרט צװוישן די קלייטן און גאָרניט גערעדט. פּעטראָ דער סטראזשניק האָט געקאָנט רעדן ייִדיש, און אז מאָטל איז צוגעגאנגען, האָט פּעטראָ בא אים, א ביסל דערשלאָגן און יאָרדיש, א פרעג געטאָן:

-- נו, מאָטיא, סט'בײַטן דעם דערעש? א גוטער דערעש..

מאָטל האָט אף אים א שמייכלענדיקן קוק געטאָן, אזא קוק, װאָס באטײַט אי ראכמאָנעס, אי נעקאָמע, אי שטאָלצע צוריקגעהאלטנקײַט און אים מעישעװודיק געענטפערט:

-- יאָ, פּעטראָ! א גוטער דערעש, פּעטראָ, יאָ...

מאָטעלע האָט אים הײַנט פונדאָסנײַ אָפּנעמאָסטן מיט די באלעגאָלישע אויגן מיט זײַנע, פּונקט װי ער האָט אים שוין זייער א לאנגע צײַט ניט געזען און אים אזוי רויִק א נעם געטאָן אף דער בײַטש:

-- יאָ, פּעטראָ, א גוטער דערעש... און ווען גייסטו, פּעטראָ, פאר א סאָלדאט? הא, פּעטראָ, א גוטער דערעש! איצטער, ברודערקע, דארפסטו גיין פאר א סאָלדאט, פּעטראָ! יאָ, דער דערעש איז אײַזן!.. ס'איז דאָ א פּריקאז, פּעטראָ, אז אלע דארמאָיעדניקעס און סטראזשניקעס דארפן גיין פאר סאַלדאטן. האָסט אים שוין געלייענט, דעם פּריקאז, פּעטראָ? הא?

פּעטראָ דער סטראזשניק האָט רעציכעדיק געשוויגן.

און מאָטעלע באלעגאָלע האָט אים געטרייסט:

-- װאָס ארט דיך, פּעטראָ? שיסן קאָנסטו. פיר יאָר ביסטו געפּאָפן אינדר'היים. סט'גיין דינען! װאָסי? מ'עט דיר געבן א דערעש. א גוטן דערעש! סט'גיין אין קאוואלעריע, פּעטראָ, אין קאוואלעריע...

-- קענסט עפּעס לידער? הא, פּעטראָ...

פּעטראָ דער סטראזשניק קראצט זיך אין פּאָטיליצע און שיסט אויס:

-- און דו, מאָטיע, האָסט א קילע! הא?

פּעטראָ האָט זיך גלײַך אויסגעדרייט צו מאָטעלע באלעגאָלע מיטן רוקן, דערלאנגט א רעציכעדיקן שפּײַ און איז אוועק.

פּעטראָ דעם סטראזשניק איז געווען אומעטיק צו זיצן אין דער היים בא זיך. ער איז גע- ווען געוווינט זיך ארומדרייען איבער די גאסן, װי דער באלעבאָס פון שטאָט, ארײַנשטעקן די װאָנצעס װוּ נאָר א טיר און װוּ נאָר א פענצטער פון א שטוב, צי פון א קלייט. אלציינס, סטאם אזוי. א קוק טאָן. הייסן אָפּרײניקן דאָס מיסט פון ארום די הײַזער. און זיך גלאט שפּילן מיט דער שאשקע.

אזוי זי ארויסנעמען און מיט א פעסטן זעץ זי צוריק ארײַנזעצן אין שייד,

איצטער פילט ער זיך דאָ, װי א טכויר, װאָס האָט פארלוירן זײַן ,קויעך-אווער", און זשידקעס רייצן זיך מיט אים.

אָבער פאר א סאָלדאט גלוסט זיך אים דאָך ניט גיין. דרייט ער זיך ארום פון זײַן דאָרף אין שטאָט און זוכט פון געפּײיגערטע פערד פּאָדקאָועס.

ער כאפּט זיך ענדלעך ארײַן דורך דער טיר אין א ייִדישן שענק און בלײַבט זיצן אין קיך. ער ווייסט, אז ס'קומט אים עפּעס ארויס פון דעם שענק. ער װאָלט דאָך דאָ געווען גע-

8

קאָנט מאכן א גאנצן מאיאָנטעק. ס'איז דאָך געלעגן בא אים אין די הענט. ער האָט דאָ פארשפּילט,

פא-א-ארשפּילט!..

איצטער זיצט ער דאָ, װי א געוועזענער שוטעף פונעם דאָזיקן שענק. אן אָרעמאן.

די שינקאריכע טראָגט אים צו א שטיקל אָפּגעקאָכטן ארבעס:

-- עסט, פּעטראָ, עסט. נישקאָשע. עסט. גוטער ארבעס. פרישער,

און באלד נעמט זי שוין ארויס פון הינטער דער פּאָלע א קעלישעקל און טראָגט עס אים אונטער:

-- האלט, פּעטראָ, האלט, כ'וועל אָנגיסן. זע נאָר, ביסט עפּעס געװאָרן נידעריקער, פּעטראָ!

פּעטראָ נעמט דאָס קעלישעקל צװישן די גראָבע פינגער זײַנע, פונעם מיטלסטן פינגער בלייכט אראָפּ א צינענער סיגנעט, די האנט ציטערט אים א ביסל. פאר בושע. ער קוקט אראָפּ, ס'שוויצט אים דער שטערן. ער װאָלט אים אָפּגעװישט, קאָן ער ניט, די הענט זײַנען בא אים פארנומען מיט דער שינקאריכעס גאסטפרײַנטלעכקײַט: אין איין האנט א שטיק ארבעס, אין דער אנדערער -- דאָס קעלישעקל. ערגעץ שטייען אין גאָרגל טרערן. טרערן פון פארשפּילטע גוטע יאָרן. יאָרן פון גדולע, קאָװעד און פון גרויסע קופלס ביר. אָט שטייען זי דאָרטן אויס- געשטעלט, די יאָרן, װי גרויסע אָנגעפילטע קופלס ביר, װאָס גייען איבער מיט פּינע. און ער, פּעטראָ דער סטראזשניק, קאָן זיך צו זיי ניט צורירן. שטייען פאר אים די זונטיקס, די פריילעכע בראָנפנדיקע זונטיקס, ווען יעדער פּױער האָט אים געשלעפּט צו זיך אין קאָמפּאניע און אים געבעטן מיט דערעכערעץ און מיט קאָװעד און מיט אויסגעשטרעקטע טשארקעס:

-- זא זדאָראָװיעטשקאָ, פּעטראָ! זא זדאָראָװיעטשקאָ!

ס'שטייט אים אלץ פאר די אויגן און ווארגט אים;

-- ביסט עפּעס נידעריקער געװאָרן, פּעטראָ!

-- נידעריקער...

שוין עטלעכע כאדאָשים, זינט ער באהאלט זיך אויס און װויל ניט גיין דינען.

נאָר אהער אין שענק קומט ער ארײַן פאר אלטע טויוועס און כעסעד, װאָס ער האָט דאָ געטאָן,

ס'גיסט זיך אים דער בראָנפן אף די פינגער פונעם ציטערדיקן קעלישעקל, און ער שעמט זיך עס צוטראָגן צום מויל. נאָר ער שטארקט זיך און גיט אזא הייזעריקן זאָג צו דער שינ- קאריכע:

-- ביסט א גוטע ייִדישקע, פּערליא... א גוטע ייִדישקע. גאָט זאָל דיר העלפן.

נאָר די שינקאריכע לאָזט זיך ניט מאכן קיין קאָמפּלימענטן, און גלעט אים פארן ארבל:

-- טרינק, נו טרינק, פּעטראָ, נישקאָשע,

זי דרייט אָפּ דעם קאָפּ אָן א זײַט און גיט אים מיטאמאָל א פרעג פון הינטן-ארומער:

-- פארדינסט עפּעס, פּעטראָ, הא?

-- קנאפּ, פּערליא, קנאפּ, -- ענטפערט דער געוועזענער סטראזשניק פּעטראָ מיט א פּאָר דערווארעמטע אויגן, דערווארעמטע פון דעם ביסל בראָנפן און פון די גוטע רייד, מיט וועלכע די שינקאריכע שטארקט אים.

דעם פארהארטעוועטן ארבעס בײַסט פּעטראָ דער סטראזשניק מיט די ליפּן. ער טוליעט אים, דאכט זיך, בלויז צו צו די װאָנצעס און קלײַבט די ברעקלעך, װאָס שיטן זיך צו אים אראָפּ אף די הויזן. נאָכדעם, ווען ער עסט אָפּ, הייבט ער אָן אונטערהוסטן, פּונקט װוי דער ארבעס װאָלט אים געבליבן שטיין אין האלדז. ער זוכט עפּעס ארום זיך. ער פארשארט דעם שטויב פון אונטער זײַנע פיס מיט די אייגענע פּאָדעשװעס און ענדלעך הוסט ער אזול ארויס צו דער שינקאריכע:

-- פּערליא! גיב מיר, פּערליא, דעם זאסטעפּ, װעל איך דיר אױיסרייניקן דאָס הויז... גיב.. אניט גיב די האק, װועל איך דיר אָנהאקן א ביסל האָלץ. גלאט אזוי, פּערליא, גיב, שינקאריכע, גיב. איך האָב ליב דײַן שטוב...

נאָר פּערל די שינקאריכע לויפט צו צום פענצטער מיט א געשריי:

-- מע שפּילט שוין ווידעראמאָל. אלע מאָל שפּילט מען. אלע מיטװאָך און דאָנערשטיק,

-- א שפּילעניש אף זיי!

איבער דער גאס גייען ארבעטער און ארבעטערנס און סטאם נײַגעריקער אוילעם. מע גייט מיט די קלעזמער און מע שפּילט. פון סאמע פאָרנט גייט בערעלע קאטאָרזשאן מיטן רויטן באנד אפן פּידזשאק, דאָס היטל אָנגערוקט אף אן אוער און ער פירט אָן מיט דער מאסע. פונהינטן לויפט נאָך זייער באשעפטיקט מאָטעלע באלעגאָלע און טיילט בלעטלעך צו די אלע גייערס און בעט זיך בא זיי מיט גוטנס און מיט בייזנס:

-- כאוויירים! איך בעט אײַך, גייט ניט ארויס פון די רייען. גייט געשלאָסן. קוקט אינ- װייניק און זינגט מיט די ווערטער. זינגט!

ס'קוויטשען עטלעכע מיידלעך פון שטיקלעך פּאפּיר ארויס און אלע װײַלע פארפּלאָנטערן זיי זיך מיט די פיס און מיט די צונגען. זיי קאָנען זיך ניט האלטן אלע איניינעם. די מענער- מאניפעסטאנטן זינגען הויך און יאָגן, און די פרויען קאָנען ניט דעריאָגן. צערוקן זיי זיך.

בערעלע קאטאָרזשאן דרייט אלע װײַלע אויס דעם קאָפּ מיט אזא פאָרװוּרפלעכן בליק אף דער מאסע און אף מאָטלען, װאָס קוקט ניט, אז ס'זאָל זײַן אָרדענונג אין די רייען. נאָר ער גייט װײַטער מיט שטאָלץ און מיט װיכטיקײַט פאָרויס.

-- צו דער שול! צו דער שול! -- שרײַט אויס מאָטל. -- דאָרט זײַנען שוין די רעדנערס. דאָרטן װועט מען רעדן! האלט זיך אין די רייעף!

די מאניפעסטאציע גייט צו ביזן סאָף שטעטל און קערט זיך אום צוריק, צו דער ריכ- טונג פון שול.

ווען מע גייט פארבײַ מענדלס שטוב, און עזרעס טאטע דערזעט דעם אָנפירער דורכן פענצטער, גיט ער א בורטשע צו זײַן װײַב;

-- זעסט?! אלץ דער קאטאָרזשאן!

סע גיט אים עפּעס א זעץ אין הארצן. ס'ווערט אים מיטאמאָל הייס. און ער הייבט אָן נערוועז צו װישן מיטן ארבל די שויב. כאָטש זי איז גוט אויסגעווישט,

-- זעסט? דער באלעגאָלע אויך אין דער מיט. אף אלע כאסענעס טאנצט ער,

ער קוקט, דער אָרעמער מענדל, ער קוקט, ביז ער גיט אליין א לויף ארויס.

-- כיל באלד ארײַנגיין, פראדל. כ'גיי עפּעס געוווירע װוערן.

-- גראדע איצט איז אים אָנגעקומען, -- בייזערט זיך פראדל. -- טאָמער װאָס, כווייס װאָס? קום אהער, מענדל, גי בעסער ניט.

נאָר מענדל איז שוין אף דער גאס. ער װאָלט צוגעגאנגען. עפּעס זיך דערפרעגן. עפשער ווייסן זיי, די מענטשן, עפּעס. נאָר מאָטעלע לויפט אונטער צו מענדלען:

-- אין געשלאָסענע רייען, כאווער מענדל! אין געשלאָסענע רייען, רעב מענדל! ס'איז איצט אן אנדער וועלט, רעב מענדל, הא? מיט פאָנען, רעב מענדל!

מענדל דרייט אויס דעם קאָפּ פאר בושע. שטאָט זאָל ניט מיינען, אז ער גייט מיט זיי, מיט די באָסיאקעס.

-- בערעלע... בערעלע קאטאָרזאשן, -- ציטערט מענדלס מויל, -- קאטאָרזשאן..

-- קאטאָרזשאנעס, באלעגאָלעס...

מאָטעלע באלעגאָלע איז די לעצטע כאדאָשים שוין װײיניק געפאָרן צו דער באן, סײַדן מ'האָט געדארפט אראָפּברענגען א רעדנער, דעמלט האָט ער אײַנגעשפּאנט און איז געפאָרן מיט בערעלען איניינעם. אָפּווארטן,

זײַנע פערד האָבן אזוי לאנג שטודירט בא אים אין שאָפּע, ביז זיי האָבן אָנגעהויבן ערלעך צו דינען דער רעװאָליוציע.

און מאָטל האָט שוין שטענדיק געהאט בא זיך אן עמער מיט קלייסטער, און אלע מױידאָעס פלעגט ער אליין גיין פאנאנדערקלעפּן. ער האָט די ארבעט געטאָן מיט גרויס ייַראס-האקאָװועד. און אז ס/פלעגן אים ארומרינגלען ייַנגלעך, האָט ער איינעם גלײַך אָפּגעשמירט דאָס פּאָנעם מיט קלייסטער און, קוקנדיק אף דער צוגעקלעפּטער מױידאָע, גערעדט:

-- קום אהער. קום אהער נאָכאמאָל, אוב ס'איז דיר װײיניק. קום.

ער איז אויך געפאָרן מיט זײַנע פערד נאָך ליטעראטור אין אויעזד ארײַן. נאָכדעם האָט ער זי צעטיילט צװוישן די כאוויירים און עפּעס פון דער ליטעראטור האָט ער שוין מיט שטאָלץ געבראכט אהיים:

-- סאָסי, כ'האָב דיר געבראכט א בוך!

און זײַן װײַב האָט געבורטשעט:

-- זע נאָר דעם ספּראװניק! זע נאָר דעם גובערנאטאָר! א בוך זאָל שוין פון דיר אליין װערן! שלעפּט זיך ארום אזא העלפאנד טאָג און נאכט מיט פּאפּירלעך און מיט ביכלעך, פּונקט וי ס'װאָלט ניט געווען מאָטעלע באלעגאָלע, נאָר ניט אנדערש, װי דער קאזיאָנער ראבינער. מער ליגט אים ניט אין זינען. ווארט, װעסט נאָך אָנלײיגן מיטן קאָפּ!

אין אלקער בא מאָטלען איז עפּעס געװאָרן ליידיקער, זינט ער האָט אראָפּגענומען די פּאָרטרעטן. צוויי פּליכעס האָבן אראָפּגעקוקט פון אינמיטן דער וואנט, וי צוויי בלינדע פענצ- טער. און זײַן װײַב האָט די פּאָרטרעטן נאָך געהאלטן אונטער איר אייגענער שוץ בא זיך אין קיך. ס'איז איר געווען א שאָד זיי ארױיסטראָגן אין שטאל צו די פערד. ס'הארץ האָט איר ניט געטראָגן,

10

און דעם אויוון האָט זי געהייצט זייער זעלטן,

-- אז ער עסט גאָרניט, עסן זאָלן אים װערעם. ער לעבט דאָך פונעם ארבל. אזא געזונ- טער. אזא אײַזערנער. אזא העלפאנד,

-- וווּ האָסטו זיך שוין אָנגעפרעסן ערגעץ?

-- אין קלוב, כאווערטע סאָסי!

-- אין קלוב. אין גרוב! -- האָט זי זיך אים נאָכגעקרימט. -- אזא יאָר אף דיר, װאָס פארא שיינעם פּאָנעם סע האָט. א ייַד זאָל ניט קומען אהיים, א ייד זאָל זיך ניט וואשן צום טיש און װאָס גאָט האָט געגעבן זאָל זײַן װי בא לײַטף נא דיר קלובן! און דו זיץ טאָג און נאכט פארכליאנעט און ווארט אף אים. װאָס איז! דער מאן, דער שיינער מאן גייט דאָרט ערגעץ ארום, די כאָליערע ווייסט װוּ, און טראָגט ביכלעך מיט קוויטלעך. און דערפאר גיט מען אים דאָרטן אָפּעסן, וי א הונט,

זי הייבט זיך אוף און גייט צו נעענטער צו אים:

-- זאָלסט זיך מיר ניט דערוועגן צוגיין צו די פּערד! איך װעל נאָך אליין אָנהײבן פאָרן צו דער באן. איך װעל דיר נאָך אָפּטאָן א ביזאָיען פאר דער גאנצער שטאָט. די גאנצע שטאָט זאָל זען. אליין װעל איך פאָרן צו דער באן. נישקאָשע, ייִדן װעלן אף מיר ראכמאָנעס האָבן. מע װעט ראכמאָנעס האָבן אף אן אָרעמער ייִדענע, װי אף אן אלמאָנע. נישקאָשע. מע קען דיך שוין אין שטאָט װוער דו ביסט.

מאָטל האָט ארײַנגעקוקט אין עפּעס א פּאפּירל און פון דעם דאָזיקן פּאפּירל איר ארויס- געענטפערט:

-- דארף איך דאָך דיר עפּעס װעלן געבן די פערד,

-- װער? דו! דו װעסט זיך בא מיר אליין ניט צורירן צו זיי!

-- סאָסי!

-- מאָטל, זאָלסט וויסן, אז איך האָב זיך פאר דיר גאָרניט איבערגעשראָקן און סטראשע מיך ניט! װוילסט זיך ארומגיין גאנצענע טעג מיט די פּאראדן? גײ! כזאָל אזוי וויסן פון דיר, צי איך ווייס, װאָס דו גייסט דאָרטן און װאָס װעט פון דײַנע גענג ארויסקומען! אָבער א מאן זאָל אוועקגיין פון שטוב אף א גאנצן טאָג און אף א האלבער נאכט און קומען צו גיין און ברענגען א ביכל! הא? װאָס זאָל איך טאָן דערמיט? כ'זאָל עס דיר עפשער אָפּקאָכן?

-- סאָסי, כ'אָ דיר געבראכט א ביכל! א ביכל! א נײַער סטודענט אין שטאָט!

זי װאָראָזשעט און װאָראָזשעט און גיט זיך מיטאמאָל א כאפּ:

-- מאָטל, זאָלסט זיך ניט דערוועגן צוגיין צו די פערד, זאָג איך דיר! ס'עט זיך טאָן כוי- שעך. די גאנצע שטאָט װעט דאָ זײַן אף מײַן בײיזװוּנדער. כ'וועל אליין װערן א באלעגאָלע, כ'וועל פירן אליין פּארשוינען אהין און צוריק צו דער באן. כ'וועל שרײַען גוואלד אין אלע גאסן.

מאָטל איז געזעסן און געשוויגן די גאנצע צײַט. ער האָט געקוקט אין א שטיקל פַּאפּיר, געדרוקט מיט ייִדישע אויסיִעס, און דאָס געדרוקטע געכאזערט אף אויסנווייניק.

אז ער האָט געענדיקט, האָט ער זיך, ניט אויסדרייענדיק, אָנגערופן צו זײַן װײַב;

-- פּיסקאטש! הער אוף צו פּיסקעװען! כ'ל דיר באלד ארײַנרוקן ניקאָלײַען אין מויל ארײַן מיטן טאטן מיט זײַנעם איניינעם! װוילסט פאָרן? פאָר! װער האלט דיך? פאָר און דריי זיך אויס די פיס מיטן בויך! זי מיינט, מע דארף נאָר אײַנשפּאנען און מע פאָרט שוין! און אז זיי װעלן ניט װעלן גיין, װעסטו זיי אָנזאלצן אף די וויידלען? באלעגאָלעטע מײַנע!

מאָטלען איז גלײַך איבערגעגאנגען דער קאס און ער האָט שוין גערעדט צו איר מיט אזא טאָן, גלײַך װי ער װאָלט איר געגעבן צו פארשטיין:

-- פערד, סאָסי, דארף מען פירן מיט כאָכמע. ניט מיטן שפּאן. ניט זידלען. ניט מיט גע- שרייען. װעסט זיי זידלען, איז פּונקט אזוי גוט, װי דו זידלסט מיך. ס'ארט מיך דען? אָט אזוי װעט עס זיי ארן. פאָר! אדעראבע, נו, פאָר. נא דיר די בײַטש.

ער האָט זיך צוריק אויסגעדרייט מיטן פּאָנעם צו דער ואנט, זיך אופגעשטעלט און, צוקלאפּנדיק מיט דעם פוס צום טאקט, האָט ער אָנגעהױיבן אויסשטודירן דאָס נײַע ליד מיטן ניגן און אף א קאָל. ער האָט געקלאפּט מיטן רעכטן פוס און זיך באמיט ארײַנפאלן מיטן קאָל צום טאקט פון זײַן פוס און ניט געקאָנט. דעריבער האָט ער אלע װײַלע אָנגעהויבן פונדאָסנלי:

-- געפא-א-דדגעפאדא--דלן א קאָדאָדאָדרבן!

סאָסי איז שוין געלעגן אין בעט. ס'איז געווען שפּעט אין דער נאכט. זי האָט זיך געדרייט פון איין זײַט אף דער אנדערער. געסקריפּעט מיט דער אלטער כאָרעװער בעט און ניט געקאָנט אנשלאָפן ווערן.

-- הער אוף, מאָטל! איך בעט דיך, הער אוף!

11

נאָר מאָטל האָט װײַטער געקלאפּט מיט דעם פוס און האָט אלץ ניט געקאָנט אָנכאפּן דעם ריכטיקן טאקט. און װידעראמאָל אָנגעהױיבן:

-- געפא-א-ארא...

-- װאָס האָסטו זיך צערעװועט, פרעג איך דיך? פארװאָס לאָזסטו ניט צומאכן קיין אויג אף דער װיסטיקער שאָ? גיי ארויס אין דרויסן און װער אפילע מעשוגע. האָסט געהערט?! זיך אוועקגעשטעלט א ייַד אינמיטן דער נאכט און -- געפא, געפא, געפא...

-- װאָס געפא, ווען געפא? װאָס האָסטו זיך צעפאקעט? פאקען זאָל דיר אין קאָפּ און אין יעדן אייווער!

מאָטל האָט זיך ניט װויסנדיק געמאכט און נאָך א קליינער פּאוזע האָט ער וידער אָנגע- הויבן צו זינגען מיט א דינעם װײַבערשן סאָפּראן און צוגעקלאפּט מיטן געקאָװעטן שטיוול מיט זײַנעם;

-- געפא-א-אדא...

ס'האָט שוין אין אים געברענט דאָס גאנצע ביסל בלוט זײַנס און פון אופרעגונג האָט ער זיך אינגאנצן צעמישט. ער האָט ניט געטראָפן ניט צו דעם פוס און ניט צו דעם טאקט. ער האָט שוין סטאם געװאָיעט.

סאָסי האָט זיך געגעבן שנעל א זעץ אוף פון בעט אין איין העמד, װי א מעכאשייפע, און זיך צעקוויטשעט:

-- גוואלד, איך װעל קלאפּירן! איך װעל באקומען די פּאָפּלעקציע! מאָטל סט'אופהערן? איך לויף באלד ארויס אינמיטן גאס און שרײַ גוואלד! װאָס ווילסטו פון מיר? װאָס צעזעצסטו מיר די גאל? װוּ איז דאָס געהערט געװאָרן אף דער װעלט! א צאָרן האָט זיך אף מיר אויס- געגאָסן. וי דערלעבט מען שוין דעם אינדערפרי. װוי דערלעבט מען אים שוין!

12

מאָטל האָט זיך אויסגעדרייט אין איר זײַט, דורכדרינגלעך א קוק געטאָן אף איר מיט ביטל און פאראכטונג, און מיט א געבראָכן קאָל אויסגעשריגן, צוקלאפּנדיק מיטן פוס צום טאקט:

-- גרוביאנקע!

ער האָט האסטיק א כאפּ געטאָן דאָס לעמפּל און איז ארויס אין שאָפּע מיטן ליד. ער האָט בלויז נאָכגעשריגן:

-- סט'שוין בא מיר האָבן פערד! סט'שוין בא מיר זען פערד! פערד װעל איך דיר געבף! סט'שוין בא מיר װערן א באלעגאָלע! סט'שוין בא מיר האָבן אלדאָס גוטס, ווארט! אין אן אייגענער שטוב זאָל א ייד ניט טאָרן אויסכאזערן א ליד?! אז איך האָב א ספּיעשקע. ס'איז דען א ליד? ס'איז דאָך א ספּיעשקע! איז דארף מען זײַן בא א װײַב אין דער ניעװאָליע! סט'שוין בא מיר האָבן פערד! נישקאָשע! סט'שוין בא מיר האָבן אלדאָס גוטס!

ער איז צוריק ארײַין אין אלקער, צוגעלאָפן צום װײַבס בעט מיטן לאָמפּ:

-- אהער דעם פּעלץ! אהער גיב דעם פּעלץ, זאָג איך דיר! נישטאָ קיין פּעלץ!

די ייִדענע איז געלעגן אײַנגענורעט, װי א הון אין א רעגן, און אינגאנצן געציטערט:

-- פּעלץ! פּעלץ! נא, נא, נא דיר דעם פּעלץ! שיינער מאן מײַנער! טײַערער מאף נא, נא, נא דיר דעם פּעלץ, ס'זאָל דיר נאָר אויספאלן באָקאָם, ריבוינעשעלוילעםו

ער איז ארײַן אין שאָפּע, זיך אוועקגעזעצט אף א קאסטן און פיר אומעטיקע פערדישע אויגן האָבן אף אים אזא אומעטיקן קוק געטאָן, אז ער האָט זיך גלײַך פארשעמט עפענען דאָס מויל מיט זײַן ניט אויסגעכאזערט ליד, װאָס ער האָט געמוזט פארטיק מאכן צו דער ספּיעשקע.

ער איז א װײַלע געזעסן מיטן לאָמפּ אין איין האנט, מיט דער ליד אין דער אנדערער האנט און געקוקט אין די פערדישע אויגן ארײַן, אין די אומעטיקע פערדישע אויגן, און ס'האָט זיך אים עפּעס אָפּגעריסן אין הארץ. ס'האָט זיך אים געדאכט, אז אָט עפענען אוף די פערד זייערע מײַלער און װעלן אים אזוי א זאָג טאָן:

-- מאָטל, מאָטל, און װוּ איז יוישער! ויַאזי שלעפּט מען עס אראָפּ א פּעלץ פון אן אייגן װײַב?

האָט ער אזוי געקוקט אין די פערדישע אומעטיקע אויגן און ס'איז אים אליין אויך אומע- טיק געװאָרן, ס'איז אים עפּעס נאריש געװאָרן דער גאנצער טאראראם מיט דער ליד, װאָס ער האָט די גאנצע צײַט געהאלטן צונויפגעקנייטשט אין דער האנט. און ס'האָט זיך אים פאר- גלוסט אראָפּווארפן אף דר'ערד אי דעם לאָמפּ, אי די ליד און זיך באגראָבן מיטן קאָפּ אינעם ביסל פּאָלאָװע, װאָס איז געלעגן אין זשאָלעב נעבן די פערד. ס'האָט אים א ראכמאָנעס אָנגע- כאפּט אף זײַן סאָסין, װאָס איז געבליבן אײַנגעדרײיט, אײַנגעקאָרטשעט פון קעלט ליגן אין בעט; ס'האָט אים באנק געטאָן, פארװאָס ער האָט פון איר אראָפּנעשלעפּט דעם פּעלץ. די פערד האָבן אף אים געקוקט מיט אזויפיל פאריבל און געמאָנט בא אים:

-- מאָטל, מאָטל...

שטילערהייט האָט זיך מאָטל אופגעהויבן און איז ארויס פון דער שאָפּע. נאָך אף דער שװועל האָט ער אױסגעטאָן די שטיוול און איז ארײַן אין אלקער בלויז אין די אָנעטשעס.

אין דער פינצטער האָט ער זיך צוגעגאנװעט צו סאָסיס בעט, פאָרזיכטיק זי אײַנגעדעקט צוריק מיטן פּעלץ און אליין זיך אוועקגעלייגט, װי א שטילע שאָף, בא דער זײַט.

און גאנצפרי איז ער אוף, אײַנגעשפּאנט אפגיך און אוועק צו דער באן.

ער האָט מעכאבעד געווען די לופט מיט קאָװעד פון זײַן בײַטש פאר א נאָװוינע און אונ- טערגעזונגען פון אױיסנװײיניק;

-- געפא-אדאדאלן א ק-אָדאָדאָדאָרבן...

און די סקריפּענדיקע רעדער האָבן אונטערגעהעצקעט צום טאקט:

-- געפא... געפא... געפא...

אזוי איז שוין מאָטל אָפּגעפאָרן דעם גאנצן זומער. געפירט פון דער באן און צו דער באן רעדנערס און רעדנערקעס און סטאם פּארשוינען, געקלעפּט מױידאָעס צו די שטעטלשע ווענט און צו די יאטישע פּענעמער און שוין געקאָנט אלע לידער אף אױיסנװייניק.

אזוי איז ער אָפּגעפאָרן זינגענדיק, ביז ס'איז צום ערשטן געפאלן דער זומער און נאָך אים -- זײַן שקאפּע. אליין זיך אוועקגעלייגט, װי א צאדיק.

דאָס איז געווען דער ערשטער קאָרבן אין שטעטל, װאָס האָט פארשטערט מאָטעלע בא- לעגאָלע די סימכע פון דער רעװאָליוציע. דער ערשטער קאָרבן. אזוי אינמיטן וועג. אויס- געפילט די פליכטן. די באלעגאָלישע פליכטן, אפן איינציקן וועג פונעם שטעטל צו דער באן. אפן שטילן, איינזאמען וועג מיט די צוועלפװיאָרסטעװע סלופּעס, וי מאצייוועס ארײַנגעשטאָץ כענע אף זײַן לענג, זי האָט אים אױיסגעמאָסטן זיבעצן יאָר נאָכאנאנד, דעם דאָזיקן וועג. אלע

13

טאָג הין און צוריק. געפירט אף אים פּארשוינען און באלעבאטים און צום סאָף, די ערשטע געפירט אף אים ליטעראטור, רעװאָליוצ;אָנערע ליטעראטור, אין שטעטל ארײַן, מיט לידער, מיט געדרוקטע לידער אף שטיקלעך פּאפּיר און אף אים אװעקגעוואלגערט די פערדישע ביינער אירע, װי א בינטל שפּענער. אינמיטן וועג זיך אוועקגעלייגט, װי א שטומער פאָר- װוּרף -- צו קיינעם ניט.

ס'איז איר נאָר דער בויך א ביסל אופגעלאָפן. און א ביסעלע פּינע באם צײַמל.

מאָטל האָט זי פארן וויידל אװעקגעשלעפּט פונעם וועג צו א זײַט און געקומען אין שטעטל ארײַן בלויז מיטן דערעש. ער האָט אלץ געהאָפט צו ברענגען אף זײַנע צוויי פערד אין שטאָט ארײַן עזרען. בערעלע קאטאָרזשאן האָט אים די גאנצע צײַט געזאָגט, אז עזרע דארף קומען. און פאר אלעמען האָט זיך מאָטל געקלאָגט:

ס'זאָל כאָטש בא מיר דער אנדערער צאדיק ניט גיין פון דער וועלט פאר דער צײַט.

צום סאָף זומער, אז דער וועג האָט זיך אָפּגעבאָדן מיטן ערשטן דריבנעם הארבסטיקן רעגן, איז מאָטל שוין װייניקער געפאָרן צו דער באן. ער איז א שטיק צײַט געווען באשעפטיקט מיט זײַן ,מעס", װאָס האָט זיך אים אוועקגעלייגט ניט מיר, ניט דיר -- גלאט אינמיטן וועג, און גי שלעפּ זי אָפּ פאר די גאנצע זיבעצן יאָר, װאָס זי האָט געשלעפּט די שטאָט.

און מאָטל האָט זי געמוזט מיט קאָװעד ארויסבאגלייטן אפן אוילעם-האָעמעס. אליין אָפּי שינדן פון איר די צאװאָע און פארקויפן ס'דרויב,

ס'איז אים געווען פּריקרע שפּאנען איין פערד. און די אנדערע זײַט דישעל זאָל גיין לֵיי- דיק. האָט ער שוין בעסער גאָרניט געשפּאנט. ער האָט זיך צוריק גענומען צום עמער מיט קלייי סטער און צו די לידער.

פונעם באן האָבן אָנגעהױיבן אָנקומען ביטערע יעדיַעס.

ייִדן האָבן זיך דערציילט אין שול, אז ס'איז א געפאר צו פאָרן איצט מיט דער באן. דער אלטער רעב סענדער האָט געקלאפּט מיטן שטעקן:

-- ס'איז אן אײַנגעשטעלטע זאך, ייִדן. ס'איז אופגעשטאנען צוריק גאָנטע און כמעלניצקי מיט קאזאקן און הײַדאמאקעס. און אפן ערשטן קנאק איז אכײינו-בנייײייסראָעל. און דאָ זאלצט מען אין די אויגן. די אלע קאטאָרזשאנעס און באלעגאָלעס. מ'איז מוירעד אף טריט און שריט. און ס'איז ניט העפקער קיין וועלט. פּלוצעם גייט מען דיר מיט קלעזמער אינמיטן די גאסן, מע פּױיקט, א סימכע. װאָס פארא סימכע? אלץ מיר, ייִדן. אליין שולדיק. און דאָרטן הארגעט מען. קוילעט מען,

אין שול זײַנען זיך צונויפגעקומען ייִדן און מע האָט אָנגעהױבן צו מוירע האָבן פאר די סימכעס, װאָס די גאסן האָבן געפּראװעט דעם גאנצן זומער. מ'האָט עפּעס װאָראָזשעט, װאָראָי זשעט, און גאָדל איז אלע װײַלע געקומען צו לויפן אין גאס מיט א װוילדער, מיט א מעשוגענער נײַס,

און מענדל האָט געשוויגן. װאָס די ייִדן האָבן ניט גערעדט צװישן זיך, האָט מענדל גע- שוויגן, װי ער װאָלט זײַן דער איינציקער שולדיקער אין אלץ, װאָס סע קומט פאָר. די ווינט- מיל האָט נאָך אלץ געקוקט מיט איין פליגל אף איין זײַט װועלט און מיטן אנדערן פליגל אף דער אנדערער זײַט וועלט,

וועגן עזרען האָט ער מוירע געהאט צו טראכטן.

און אין שול האָט הערש-דאָװיד, דער באלמוסעף, אלע שאבעס נאָכן לייענען אפגיך גע- פּרוּוװוט ארײַנכאפּן אזא מין ציקלדיקן.

-- האנויסן טשואָ לאמלאָכים.

ביז ס'האָט זיך אָנגעהױבן א קלאפּערײַ איבער די סטענדערס און איבער סידורים פון דער גאנצער שול:

--- נו! נו! האָ! הי! הא?!

-- ווער ווייסט, װאָס זיי האָבן געמײינט?

-- און וועמען?.. :

יט

וא שי ארי ר ר ר א

.+

בוזי מילער

יערן דאָר--זײַנס

ראַמאן ערשטער טײל

1

ארקאדי סאטאנאָווסקי איז ארויסגעגאנגען פון די טויערן פונעם זאװאָד. צוזאמען מיט אים -- די כעוורע פון זײַן בריגאדע. ניט קיין כעוורע -- גיבוירים. עמעס, װוי אן עכטער גיבער האָט אויסגעזען איין וואסילי קרילאָוו. די מוסקולאטור אף דער ברוסט, אף די הענט האָט אים צעשפּארט דאָס לײַכטע זומערדיקע העמדל. דער בליק פון זײַנע גרינבלעך-בלויע אויגן אונטער די ווייצן-העלע ברעמען איז אויך געווען א רויַקער, א גוטמוטיקער --א בליק פון א גיבער. די אנדערע ---אָלעס טשערעדניטשענקאָ, מוסא גריזאטולין זײַנען געװען קלענער אין װוּקס און באדײַטנדיק שמעלער אין די אקסלען. און גאָר האָט שוין ניט געקאָנט בארימען זיך ניט מיט זײַן װוּקס און ניט מיט קיין גװוּרע יעגישע פּאפּאיאן. װי א ייַנגל האָט ער אויסגעזען; אָבער א װיאָרטקע ייִנגל, א ברען. די גרויסע שווארצע אויגן זײַנע האָבן געפינקלט מיט לעבנסלוסט און אויסגעזען האָט ער אזוי, װי ערשט-אָ זאָל ער האָבן עמעצן אָפּגעטאָן א פריי- לעך שפּיצל, אָדער קלײַבן זיך אָט באלד עס עמעצן אָפּטאָן...

15

קוקנדיק אף זיי אלעמען צוזאמען אצינד, ווען זיי זײַנען נאָכן פארענדיקן די באטאָגיקע וואכטע ארויסגעגאנגען פון די זאװאָדישע טויערן, האָט מען גלײַך געקאָנט זע אָט די מענטשן, װאָס אויסערלעך זעען זיי אזוי פארשיידן אויס, פארבינדט עפּעס אלגעמיינס, און טאקע אָט דאָס אלגעמיינס האָט צוגעגעבן זיי אלעמען צוזאמען אָט דעם אויסזען פון גװוּרע, אפילע דעם קלענסטן צװוישן זי --- יעגישע פּאפּאיאנען.

-- אזוי װעט עס װײַטער ניט גי -- האָט פּאפּאיאן זיך געהיצט, פארלויפנדיק פאָרויס קרילאָוון און דראָענדיק עמעצן מיט א פינגער. -- ס'וועט ניט גיין.

-- װאָס דרייסטו זיך אונטער די פיס? -- האָט זיך אָנגערופן וואסילי קרילאָוו, -- און ווע- מען דראָעסטו? איך זאָג דאָך אויך דאָס זעלבע.

-- איז גוט, אויב אזוי.

-- נאָר צו דער זאך, זאָג איך, דארף מען זיך נעמען װי עס באדארף צו זײַן, ניט צוליב שטעלן נאָך איין פייגעלע...

-- אָטיאָט, -- האָט אויסגערופן פּאפּאיאן, -- פייגעלעך אף פּאפּיר. פייגעלעך אין בו" זעם... מיט אזעלכע פייגעלעך װעלן מיר װײַט ניט דערפליען.

זיי האָבן פאָרגעזעצט א היציקן געשפּרעך, װאָס אָנגעהויבן האָט מען אים נאָך באם ארויס- גיין פון זאװאָד,

-- דער עמעסער פויגל, װאָס מע דארף אים איצט כאפּן און האלטן פעסט אין האנט, איז.. װאָס? -- האָט טשערעדניטשענקאָ זיך א קער געטאָן צו גריזאטולינען. אָלעס טשערעדניטשענקאָ און מוסא גריזאטולין זײַנען געווען ניט פּאָשעט פרײַנט, --אף אזעלכע, וי זיי, זאָגט מען: איין גוף, איין נעשאָמע. װאָס בא איינעם אף דער לונג, באם אנדערן אף דער צונג. דערצו האָט אָלעס געהאט א נעטיַע צו בילדערישע פארגלײַכן און אָט אזוי, אינמיטן א געשפּרעך, האָט ער ליב געהאט זיך א קער טאָן צו מוסא מיט א פראגע: ,װאָס?" זאָל יענער, הייסט עס, פארענדיקן זײַן געדאנק. און ס'איז נאָך ניט געווען קיין פאל, מוסא זאָל ניט טרעפן, װאָס זײַן כאווער מיינט. אזוי אויך איצט:

-- קוואליטעט! -- האָט ער פאר אים פארענדיקט.

-- אָטיאָט, -- האָט, א צופרידענער, אונטערגעכאפּט אָלעס, -- װעלן מיר אָט דעם פויגל כאפּן, זײַנען מיר אפן פערד!

--- פויגל, פערד, -- האָט איבערגעשלאָגן פּאפּאיאן, --- מיט צו אלטע קאטעגאָריעס דענקט איר. נײַע טעכניק, נײַע טעכנאָלאָגיע --אָט װאָס מע דארף! ניט עמעס! װאָס שװײַגסטו, ברי- גאדיר?

-- לאָמיר ניט זײַן קיין פערד, -- האָט סאטאנאָווסקי געענטפערט מיט א שמייכל, -- און ניט זוכן קיין פויגל אין הימל. אלץ, װאָס נייטיק, ליגט בא אונדז אף דער ערד. נעם און טו.

-- און אויב דער דריטער צעך גיט אָנשטאָט זאגאָטאָװוקעס בראק? און פון דיר פאָדערט מען קוואליטעט, -- האָט זיך געהיצט פּאפּאיאן, --- איז װוי?

-- דאָס זעלבע זאָגט דער דריטער צעך וועגן צווייטן, און יענער אפן ערשטן, -- האָט בא- מערקט קרילאָוו, -- א קלאָרע זאך: ביז מע װעט ניט איבערבויען די גאנצע ארבעט, פונעם סאמע ערשטן רינג, װועט קיין טאָלק ניט זײַן.

-- די איבערבויוּנג גייט שוין, -- האָט זיך אָנגערופן דער בריגאדיר, -- נאָר מיר דארפן װאָס װייניקער זיך פארופן אף דעם. א סאך איז אָפּהענגיק פון יעדערן פון אונדז.

-- װער זשע זאָגט דען?--האָט אויסגערופן טשערעדניטשענקאָ. ער האָט געװאָלט נאָך עפּעס צוגעבן, נאָר דאָ איז צוגעקומען וואלערי קראס,

-- העלאָ, ביטניק! -- האָט פריילעך אים באגריסט פּאפּאיאן,

-- װאָס פאר א ביטניק בין איך דיר? -- האָט יענער, א שטארק אָנגעכמורעטער, זיך אָפּ- געשטעלט.

-- װאָס זשע?! אזא, װוי דו, האָב איך געזען אין זשורנאל , אמעריקא". וי פון דיר אראָפּ- געמאָלט...

-- דו קוק װייניקער, מע קאָן דיר נאָך די קוקערס ארויסנעמען! -- מיט א זשעסט פון אן אורקאהאן האָט קראס פאנאנדערגענומען צוויי פינגער און שנעל א שטרעק געטאָן פּאפּאיאנען צום פּאָנעם,

-- פּאמעלעכער, -- האָט וואלעריס האנט אוועקגענומען קרילאָוו. -- װער עס האָט צו לאנגע הענט, קאָן מען זיי מאכן קירצער...

מיט אָפּשײַ איז אָפּגעטראָטן פונעם גוואר וואלערי קראס. אויסגעזען האָט ער בעעמעס מאָדנע. אויסגעצויגן לאנג, דאר, אף די אקסל פאלט א געדיכטע שווארצע פּאטלע, פּונקט אזא

13 16

גרויסע שווארצע באָרד, א העמדל פון קאָלערלײ קאָלירן מיט מעשונעדיקע צאצקעס אף דעם, פארלאטעטע דזשינסן, װאָס שארן דעם שטויב אף דער ערד.

-- וואלערי, דיר איז ניט הייס אין אָט דער פּאטלע? -- האָט מיט מיטגעפיל א פרעג גע- טאָן סאטאנאָווסקי.

-- און אז מיר איז הייס, באשלאָגט דיך א שווייס? -- האָט בייז איבערגעפרעגט יענער. געווען איז אין זײַן גאנצן אויסזען, אין זײַן האלטונג אי עפּעס שטעכיק בייזס, אי נעבעכדיק דערשלאָגנס גלײַכצײַטיק, װי אין אן אויסטערליש פאריאָגטער כײַע, און בא סאטאנאָווסקין האָט עס צו אים ארויסגערופן מיטללַד.

-- גיי ארײַן אין שערערײַ, -- האָט ער פּאָשעט געזאָגט, --נעם כאָטש אראָפּ די באָרד, זעסט דאָך אויס, וי דיר זאָל זײַן הונדערט יאָר. און אינדערעמעסן ביסטו דאָך א שנעק.

סאטאנאָווסקי איז געשטאנען צוזאמען מיט זײַנע כעוורע און באקומען האָט זיך, אז ער זאָגט עס אין זייער נאָמען אויך. קיין שלעכטס האָט ער ניט געמיינט, פארקערט, נאָר קראס האָט עס אופגענומען, װוי זיי אלע זאָלן פון אים כויזעקן. אָפּגעגאנגען עטלעכע שפּאן, האָט ער זיך אומגעקערט מיט א בייז ארויסבליצנדיקן בליק צו סאטאנאָווסקין און זײַנע כאוויירים.

-- גייט אלע צו... בעניעס מאמע! -- און איז אוועק, שארנדיק מיט די דזשינסן דעם שטויב פון דער ערד,

היציק האָט זיך א ריס געטאָן נאָך אים פּאפּאיאן;

-- אך, דו, ביטניק...

קרילאָוו -- די האנט אים אפן אקסל:

-- טשעפּע ניט. מיט וועמען ווילסטו זיך אָנהײבן?!

פּאפּאיאן איז געבליבן אפן אָרט, נאָר ער האָט זיך ניט געקאָנט בארויקן

-- אזא ביטניק!

ניט װײַט פונעם זאװאָד איז מען געבליבן שטיין.

-- נו, נא, -- האָט דערלאנגט סאטאנאָווסקין די האנט וואסילי קרילאָוו, -- רו זיך אָפּ, נעם זיך אָן מיט פרישע קויכעס אין סאנאטאָרי און...

-- און זע, פארליב זיך דאָרט ניט...-- מיט די װערטער האָט זײַן קליין טונקל הענטל אים א שטעק געטאָן פּאפּאיאן.

-- פארװאָס ניט? -- האָט זיך אָנגערופן אָלעס און דערלאנגט זײַן ברייטלעכע קורצפינ- גערדיקע קרעפטיקע האנט, -- פארקערט, פארליב זיך יאָ און קום צוריק מיט... מיט װועמען?-- האָט ער זיך א קער געטאָן צו גריזאטולינען.

-- מיט א פײַנער קאלע!--האָט יענער געענטפערט, דערלאנגענדיק דעם בריגאדיר די האנט.

-- אָט-אָט, -- האָט אונטערגעכאפּט טשערעדניטשענקאָ, -- מיט א פײַנער קאלע! און מיר װועלן דיר דאָ שוין פּראװוען איינמאָל א כאסענע, װעסט זען.

-- א דאנק, כעװורע! בא אײַך זאָל אויך דאָ אלץ זײַן אין אָרדענונג. דיר, מוסא, זאָל דײַן פאיִזע געבוירן א ייִנגל--א גיבער.

-- א דאנק, בריגאדיר,

-- און זעט, מיטן פּלאן זאָל זײַן אין אזשור.

-- דער פּלאן װעט זײַן, -- האָט געענטפערט טשערעדניטשענקאָ, --װי מיט דער קוא- ליטעט?

-- אָן קוואליטעט איז ניטאָ קיין פּלאן,

מע איז זיך פאנאנדערגעגאנגען. קרילאָוו און טשערעדניטשענקאָ --צו זייערע װײַב- און-קינדער. צו צוויי קינדער האָבן זיי געהאט, קרילאָוו --ייַנגעלעך, טשערעדניטשענקאַָ-- מיידעלעך; גריזאטולין -- צו זײַן יונג װײַבל אין די הויכע כאדאָשים. אלע האָבן זיי געװוינט טאקע דאָ, אין זאװאָדישן ייַשעו. פּאפּאיאן אויך. ער איז אװעק נאָך דער גיטארע, און מיט איר -- אין קלוב, געײַלט אף א רעפּעטיציע פונעם זאװאָדישן אנסאמבל,

סאטאנאָווסקי האָט געוווינט אין שטאָט. אהיים האָט ער געדארפט פאָרן מיט אן אװטאָ- בוס. װוען מע האָט אים געגעבן דעם אָרדער אף דער איינצימערדיקער דירע, װוּ ער װווינט איצט, האָט מען אים אין זאווקאָם געזאָגט:

-- געדענק, די דירע באקומסטו מיט א טנײ,

-- װאָס פאר א טנײַ! -- האָט ארקאדי געפרעגט.

-- זאָלסט אינגיכן דאָרט זײַן אינצווייען, מיט א װויל װײַבל, און נאָך אין א יאָר ארום -- אינדרײַען -- מיט א שרײַערל...

צײַט זינט דאן איז שוין דורכגעגאנגען היפּש, נאָר ארקאדי האָט נאָך דערװײַל דעם טנײי ניט אויסגעפילט.

17

אפן אװטאָבוס האָט ער זיך ניט געזעצט. װאָס האָט ער צו אײַלן אין זײַן איינזאמער דיי רע? קיינער ווארט דאָרט אף אים ניט. װאָס װעט ער טאָן איינער אלייִן צװישן פיר װענט? און די שטימונג איז בא אים געווען א גוטע, א געהויבענע, װעט ער א פּאָר אָפּשטעלן זיך דורכגיין צופוס. ס'איז אין רעכטן ברען דער זומער, און די בעסטע צײַט פאר אורלויב. הײַנט האָט ער געארבעט דעם לעצטן טאָג, מאָרגן פאָרט ער אין סאנאטאָרי, צום יאם. אין קעשענע ליגט בא אים די פּוטיאָווקע, און ניט גלאט א פּוטיאָווקע --א פּרעמיע פאר גוטער ארבעט.

צוריק מיט עטלעכע טעג איז אין דער געגנטלעכער צײַטונג אף דער ערשטער זײַט געווען אָפּגעדרוקט א נאָטיץ וועגן זייער זאװאָד. צװישן אנדערס איז אין איר געזאָגט געװאָרן:

,די קאָמיוגיש-יוגנטלעכע בריגאדע פון קאָמוניסטישער מי, מיט װעלכער עס פירט אָן דער בריגאדיר ארקאדי סאטאנאָווסקי, א באלוינטער מיטן צייכן , שלאָגלער פונעם נײַנטן פינפיאָר", האָט אויסגעפילט די פּראָדוציר-פארגעבונג פון פאָריקן כוידעש אף 163 פּראָצענט בא אן אויסגעצייכנטער קוואליטעט פון ארבעט". אונטער דער נאָטיץ איז געווען א צושריפט: ,אפן בילד: דער בריגאדיר א. סאטאנאָווסקי". און דאָ טאקע דאָס בילד. צום ערשטן מאָל האָט ארקאדי געזען זײַן פּאָרטרעט אין צײַטונג און געווען איז עס אים מאָדנע, ער האָט װי זיך אליין ניט דערקענט. דאָס פּאָנעם עפּעס צו גרויס, און צו פיל איז געװען אף דעם שווארצע פארב. שווארץ (און ניט טונקל-בלאָנד, װי אינדערעמעסן) די געקרױיזטע האָר אפן קאָפּ, שווארץ (און ניט בלוי,, װי אינדערעמעסן) די אויגן. און נאָר די ציין האָבן שמייכלענדיק גע- בלאנקט אפן פּאָרטרעט מיט זייער נאטירלעכער װײַסקײַט. אונטערן פּאָרטרעט איז געשטאנען די פאמיליע פונעם פאַטאָירעפּאָרטיאָר א בראווער יונגאטש אזא מיט צוויי פאָטאָ-אפּאראטן וי נאָר ער װעט זיך אומקערן פון סאנאטאָרי, ארקאדי, װעט ער אומבאדינגט אװועק אין רע- דאקציע אף אָט דעם רעפּאָרטיאָר זיך פארקלאָגן. ער האָט שוין אין רעדאקציע געקלונגען, נאָר דער נייטיקער מיטארבעטער איז ניט געווען אפן אָרט. עס איז דאָך בעעמעס א סקאנדא- ליעזע געשיכטע. װוען דער רעפּאָרטיאָר איז געקומען אים פאָטאָגראפירן, האָט ארקאדי גע- זאָגט: דער פּלאן פון פאָריקן כוידעש איז באדײַטנדיק איבערגעשטיגן, דאָס איז עמעס, נאָר דער פארדינסט איז ניט זײַנער -- דער בריגאדעס. דארף מען, אויב מע וויל שוין יאָ, פאָטאָ- גראפירן די גאנצע בריגאדע. , גוט", -- איז מאסקים געווען דער רעפּאָרטיאָר. און ער האָט אראָפּגעכאפּט סײַ אים, סײַ די בריגאדע פריער מיט איין אפּאראט, דערנאָך מיטן צווייטן. מע האָט זיך נאָך געכאָכמעט, אז דעם קלײינװוּקסיקן יעגישע פּאפּאיאן װעט מען פון אונטער זײַן האלב-אװוטאָמאטישן װוערקשטעל ניט ארויסזען. װאָס זשע טוט ער אָפּ! אינעם לעצטן מאָי מענט, פאר דעם, װי דער רעפּאָרטיאָר האָט א קוועטש געטאָן די קנאָפּקע, טוט ער א שפּרונג צו וואסילי קרילאָוו אפן אקסל... האָט מען געמוזט נאָכאמאָל איבערפאָטאָגראפירן און אָט, אין צײַטונג איז דאָ נאָר זײַן, סאטאנאָווסקיס, פּאָרטרעט. פון דער בריגאדע איז קיינער אפילע ניט אָנגערופן. ניין, אזוי טאָר מען עס ניט דורכלאָזן. ער װעט זײַן אין רעדאקציע. דעם יונגאטש דעם רעפּאָרטיאָר דארף מען ארײַנטײלן א כיילעק, ער זאָל וויסן א צווייט מאָל... ביכלאל אָבער, -- האָט געטראכט ארקאדי, -- איז עס אָנגענעם. מענטשן באקומען די צײַטונג, טוען א קוק -- פון אױיבנאָן ער -- סאטאנאָווסקי. איבעריקנס אָבער גרויסן זיך איז ניטאָ מיט װאָס. די כעוורע זײַנען גערעכט, מיט דער קוואליטעט האלט עס נאָך ניט גאָר, און ניט אלע מאָל זײַ- נען זיי אליין אין דעם שולדיק. ס'איז א פּראָבלעם פארן גאַנצן זאװאָד. אָט װעט ער זיך אומ- קערן פון סאנאטאָרי, װעט ער מיט פרישע קויכעס אויך א נעם טאָן זיך צו אָט דער זאך. ער איז דאָך ניט נאָר בריגאדיר, ער איז אויך א מיטגליד פונעם זאװאָדישן קאָמיוג-קאָמיטעט און פאָרזיצער פונעם טעכנישן ראט פון יונגע ספּעציאליסטן. ארבעט -- איבערן קאָפּ.

קלערנדיק אזוי, האָט סאטאנאָווסקי ניט באמערקט, װי ער איז דורכגעגאנגען צוויי אָפּי שטעלן. פונװײַטן האָט מען שוין אָנגעזען דעם אונטערקומענדיקן אװטאָבוס. אין אים האָט ארקאדי באשלאָסן זיך ארײַנזעצן, נאָר דאָ האָט ער באמערקט: אפן קעגניבערדיקן טראָטואר שטייט וואלערי קראס. אים האָט זיך אויך געװאָרפן אין די אויגן, אז בא יענעם איז עפּעס א מאָדנע אָפּגעלאָזטער אויסזען, און דאָס האָט סאטאנאָווסקין פארכידעשט: ערשט-אָ, באם ארויס- גאנג פון זאװאָד, געווען אזוי אגרעסיוו, און איצט...

וואלערי קראסן האָט ער גוט געקענט. יענער האָט געארבעט אין צווייטן צעך. א שטאמ- פּירער. קיין גרויסע קוואליפיקאציע פאָדערט זיך צוליב דעם ניט, זען, דער שטאמפּ זאָל זײַן אין אָרדענונג און טו דײַן ארבעט, װי ס'באדארף צו זײַן. האָט ער זי אָבער געטאָן ניט וי ס'באדארף צו זײַן. געמאכט פּראָגולן, צומאָל געקומען צו דער ארבעט אונטערן גלעזל, דער- לאָזט בראק. מע האָט באהאנדלט זײַן אופירונג אף אן ארבעטער-פארזאמלונג --ס'האָט ניט געהאָלפן. אין כאראקטער, װוי אינעם אויסזען, איז אין אָט דעם קראסן געווען עפּעס שטעכיקס, בײַסיקס, צולאָכעסדיקס. וועמען טוט ער אפצולאָכעס? -- האָט ארקאדי געטראכט. ווען ער האָט

18

געזען אזעלכע, װי קראס, האָט ער זיך אלעמאָל געפילט, װוי אליין אויך אין עפּעס שולדיק. גייסט אין גאס, -- האָט ער געקלערט, -- זעסט: א מענטש פאלט, -- װעסטו דאָך צולויפן, אים אויסשטרעקן א האנט, העלפן אופשטיין, -- וי אנדערש? און אויב דו זעסט: א מענטש פאלט מאָראליש, גײַסטיק, לאָזט זיך אראָפּ פון טאָג צו טאָג נידעריקער, -- פארװאָס העלפט מען ניט אזא מענטשן? אָפט אינטערעסירט מען זיך ניט, װאָס מיט אים קומט פאָר, װאָס ער טראכט, אין װאָס נייטיקט ער זיך! ארקאדי האָט נאָך פריַער געקליבן זיך א שמועס טאָן מיט אָט דעם קראסן, איז אָבער אלץ ניט אויסגעקומען. כוץ דעם, דארף מען נאָך וויסן, װי מיט אזא איינעם צו ריידן. איצט, האָט ארקאדי באשלאָסן, דארף ער מיט אים זיך דורכשמועסן. ביפראט נאָך, אז יענער האָט, װײַזט אויס, פריַער ניט ריכטיק פארשטאנען זײַן זאָג וועגן דער שערערײַ, גע- מיינט געוויס, אז דאָס כויזעקט מען פון אים. נאָר ער, סאטאנאָווסקי, האָט דאָך קיין שלעכטס דערמיט ניט געמיינט, װועט ער עס אים באלד טאקע זאָגן.

-- דו, בריגאדיר? -- האָט מיט כידעש אויסגערופן וואלערי קראס, וװען ער האָט פּלו- צעם דערזען לעבן זיך סאטאנאָווסקין. און גלײַך --אויס אומבאהאָלפנקײַט, אויס דערשלאָגנ- קײַט, ער איז װוידער געװאָרן שטעכיק, װי א יאָזש.--װאָס דארפסטו?--האָט ער א פרעג געטאָן בייז,

-- א שמועס טאָן מיט דיר קאָן מען?

-- מיר האָבן מיט דיר ניט װאָס צו שמועסן. גיי דיר דײַן וועג.

-- אָט דאָ פריִער, ווען כ'האָב דיר געזאָגט וועגן דער שערערײַ, האָב איך ניט געמיינט דיך צו באליידיקן.

-- קיינמאָל מיינט איר ניט...

-- ווער -- איר?

-- איר אלע -- די לײַטישע, די פײַנע, די, װאָס מע דרוקט זייערע פּאָרטרעטן אין די גאזעטן. אלע -- אזעלכע וווילע, אזעלכע גאָלדענע. ראק מע פילט אויס און מע שטײַגט אי- בער... נאָר איך בין אן אױיסװוּרף..

-- ער האָט עס דיר געזאָגט?

-- װאָס דען זאָגט איר מיר? אלע דערציִען, אלע לערנען, װי צו לעבן. און אליין ווייסט איר כאָטש, װי מע דארף לעבן, הא?! אבי מע לערנט יענעם. פּאסקודעס! -- וואלערי האָט בייז, מיט צאָרן אױיסגעשפּיגן.

-- נאָינאָ, לײַכטער! -- האָט א מאך געטאָן ארקאדי.

-- װאָס לײַכטער?---האָט מיט קאס א בליק געגעבן אף אים וואלערי. -- איינמאָל האָב איך דיר הײַנט אָפּגעשיקט צו בעניעס מאמע, ווילסטו נאָכאמאָל?

ארקאדי איז אויך בייז געװאָרן.

-- אנו, פּרוּװו! קוק ניט, װאָס ביסט א לאנגער. איין טראסק -- און דו וואלגערסט זיך בא מיר אָט דאָ אין שטויב. --- שווער אָפּגעעטעמט, האָט ער זיך באהערשט און רויַקער צוגעגעבן: -- אז מע רעדט מיט דיר, װוי מיט א מענטשן, טאָ ענטפער, װוי א מענטש.

-- װאָס זאָל איך דיר ענטפערן?

-- איך וויל וויסן: נייטיקסט זיך עפשער אין עפּעס?

דער בליק בא קראסן האָט זיך אָנגעגאָסן מיט גאל, די שטים אויך:

-- מע קאָן מיינען, דאָס גייט דיר שטארק אָן?

-- שטעל זיך פאָר -- יאָ.

-- מאָדנע, -- האָט קראס א צוק געטאָן מיט אן אקסל, און -- מיט גיפט: -- זאָל איך דיר זאָגן,.אין װאָס איך נייטיק זיך ביכלאל? צי קאָנקרעט, אין דער-אָ מינוט?

-- ביכלאל און קאָנקרעט.

א לענגערע װײַלע האָט קראס מיט מאָדנעם כידעש געקוקט אף סאטאנאָווסקין.

-- ביכלאל, -- האָט ער געזאָגט, -- פעלט מיר א סאך --פון א רעכטער טשוּוויכע ביז וויי- ניקסטנס --א ,,זשיגולי". און קאָנקרעט -- אין דער-אָ מינוט --א קאָמפּאניע אף אויסטרינקען אינדרײַען.

-- און אינצווייען װעט דיך ניט אײַנאָרדענען?

-- מיט וועמען?

-- מיט מיר.

-- מיט דיר? -- האָט וואלערי א צי געטאָן מיט כידעש.

!= יאָ. 4

-- דו, דער בריגאדיר, דער שלאָגלער, דער אוואנגארדיסט, מיט מיר.--דעם ביטניק?

19

-- איך האלט דיך ניט פאר קיין ביטניק, -- האָט געענטפערט סאטאנאָווסקי. -- און אויב דו וילסט, לאָמיר דאָ ערגעץ ארײַנגיין, א זיץ טאָן, כאפּן א שמועס.

-- און א שטיי טאָן?

-- מע קאָן א שטיי טאָן אויך.

-- אויב אזוי... -- דער גאנצער אויסזען בא קראסן האָט מיטאמאָל זיך געענדערט. זײַן שטעכיקײַט, בײַסיקײַט -- װי קיינמאָל ניט געווען. א צעשײַנטער, אן אופגעלויכטענער, האָט ער א נעם געטאָן סאטאנאָווסקין בא די אקסל. -- אויב אזוי, ביסטו דאָך ניט נאָר א שלאָגלער, ניט נאָר אן אוואנגארדיסט, ביסט א מענטש, א מענטש, ארקאדי... קום, אָט דאָ אפן ראָג איז פאראן א שאשליטשנע, זי קאָן זיך אף אונדז ניט דערווארטן...

ַ2

וי הויכע פארהארטעוועטע שװאָמען, זײַנען געשטאנען אין שאשליטשנע בא א צענדליק קײַלעכדיקע איינפוסיקע טישלעך. בא אייניקע פון זיי האָבן, אויך װוי אף איין פוס, עטלעכע מענטשן אײַלנדיק געטרונקען און פארביסן. די גאנצע צײַט זײַנען איינע ארײַן, אנדערע ארויס. אף יענער זײַט בופעט-סטויקע, אין דער טיף פון זאל האָט פאנאנדערגעשטעלט פארשידנקאָ- ליריקע פלעשער א ניט הויכע פרוי אין א קויטיקלעך-װײַסן כאלאט. גאנץ יונג, אָבער שוין פולבלעך צעפלאָסן, איז זי דאָך געווען כיינעוודיק מיט אן עטװאָס װוּלגארן כיין פון א פרוי, װאָס האָט שוין געהאט אף איר לעבן קאלטס און ווארעמס,

-- דאשענקע, א פּאָר הייסע שאשליקעס, אָבער גלײַך פון פײַער! -- האָט אופגעלייגט צו איר זיך אָנגערופן וואלערי קראס. גלײַך איז צו זען געװוען, ער איז דאָ א היימישער מענטש.

-- וואלעריקל, -- האָט די פרוי. אים געענטפערט מיטן זעלבן טאָן, --און א פּאָר הייסע פּעטש אין ביידע בעקעלעך ווילסטו ניט?

-- פארװאָס קומט מיר, דאשענקע?

-- זאָלסט זיך ניט נאָכפרעגן אף דעם, װאָס איז ניטאָ.

-- זײַנען ניטאָ קיין שאשליקעס?--- האָט ער מיט כידעש אויסגערופן, --אפילע קין קאלטע?

-- אניט ווייסטו ניט?

-- אײַדאײַיאײַ! פארװאָס זשע אין אף א האלבן פאסאד מיט אזעלכע-אָ גרויסע אויסיעס אָנגעמאָלט: , שאישליטש-נע"?

-- ס'איז אָנגעמאָלט, אז נאראָנים זאָלן גלייבן,

-- בין איך, הייסט עס, דאשענקע, א נאר?

-- קיין כאָכעם אוואדע ניט.

-- נו, גוט, -- האָט וואלערי זיך ניט באליידיקט, -- װאָס זשע האָסטו אף צובײַסן, אויב ניט קיין שאשליקעס? |

-- קאָטלעטן,

-- קאלטע?

-- װווּ זאָל איך דיר נעמען הייסע?

-- אף נײַנציק פּראָצענט מיט ברויט?

-- לויט דער רעצעפּטור,

-- נו, די רעצעפּטור ווייסן מיר. און װאָס איז בא דיר דאָ פון רעצעפּטן?

-- אָט, -- זי האָט א װײַז געטאָן אף א גאנצער באטארייע מיט פלעשער-- שאמפּאניער, קאָניאק, בראָנפן, פּאָרטװײן.

-- װאָס? -- האָט וואלערי זיך א קער געטאָן צו סאטאנאָווסקין.

-- װאָס דו ווילסט,

-- קאָניאק?

-- די געשעפטן טראָגן דיר אף קאָניאק?

-- אוב ניט מיר, איז דיר טראָגן זיי אוואדע.

-- ווילסט א הוליע טאָן אף מײַן כעזשבן?

-- פארװאָס ניט?

-- און פארװאָס יאָ?

-- װײַל איך בין א שיינער. איאָ, דאשענקע, איך בין א שיינער!;--האָט ער זיך א קער געטאָן צו דער בופעטשיצע.

20

-- א שיינער ביסטו, -- האָט יענע מיט געלעכטער געענטפערט, --נאָר די שיינקײַט האָט זיך ניט אהין ארײַנגעכאפּט.

-- זעסט, -- האָט ער געזאָגט צו ארקאדין, -- דאשענקע איז מאסקים, אז איך בין א שיי- נער. נו, און דו, ווייס איך, האָסט באקומען אורלויב-געלט, -- דארף מען עס ארומוואשן..

-- דאפקע מיט דיר?

-- פארװאָס ניט? -- דערזען, אז סאטאנאָווסקי איז מאסקים, האָט וואלערי א מאך גע- טאָן: -- דאשענקע, אפגיך, ביז מיר האָבן ניט כאראָטע געהאט, -- פינף, צוויי מאָל צוויי.

זי האָט מיט שטוינונג אף אים געקוקט:

-- רעדסט שוין מיט רעבוסן?

-- דו דארפסט אזעלכע רעבוסן אופכאפּן אפן װוּנק!

-- בין איך אָבער א טעמפּע.

-- אזוי זשע זאָג!--און ער האָט דערקלערט:--װאָס פארשטייסטו ניט! דאָס באטײַט: קאָניאק פינף שטערנדלעך, צוויי מאָל צו צוויי הונדערט גראם.

-- מיר הונדערט, -- האָט געזאָגט ארקאדי.

-- זשאלעװועסט?

-- יאָ. דאָס געזונט,

-- פארמאָגסט עס װײיניק?

-- טאקע, װײַל אזוי.

-- און איך האָב ניט װאָס אָנצוּװערן.

צו איינעם פון די הויכע טישלעך באם גרויסן פענצטער האָבן זיי אװעקגעטראָגן די גלע- זער מיט קאָניאק און צו טעלערלעך מיט קאלטע קאָטלעטן און א גארניר פון א ביסל פאר- טריקנטע ארבעס, מיט אלטגעבאקענע ריפטלעך ברויט,

-- אָט אזוי לעבן מיר, -- האָט געזאָגט וואלערי, קוקנדיק מיט א זשעדנעם בליק אף זײַן פולער גלאָז.

-- איז װי לעבן מיר? -- האָט מיט דעם זעלבן האלבװיציקן טאָן איבערגעפרעגט ארקא- די, -- גוט אָדער שלעכט?

-- ניט וואזשנע, -- האָט געענטפערט קראס, אופהייבנדיק זײַן גלאָז, --זאָלסט גוט אָפּי רוען.

ארקאדי האָט אופגעהויבן זײַן האלבע גלאָז:

-- און דיר זאָל דעם כוידעש זיך גוט ארבעטן!

-- א כיטרער ביסטו, -- האָט א מאך געטאָן וואלערי און צוגעטראָגן די גלאָז צום מויל,

-- עהע, -- האָט אים צוריקגעהאלטן ארקאדי, -- װער טרינקט עס אזוי קאָניאק?

-- װאָסי דען? -- האָט אָפּגענומען וואלערי פון מויל די גלאָז מיטן פארבליבענעם ביסל אפן דעק.

-- אזוי זשליאָקעט מען בּראָנפן, --האָט געזאָגט ארקאדי, -- קאָניאק, ווייסטו דאָך, איז אן איידעלער געטראנק. ניט אומזיסט װערט ער באצייכנט מיט שטערנדלעך. װאָס מער שטערנדלעך, אלץ בעסער. און פּאָסמאקעװען דארף מען אים פּאמעלעך. יעדעס שטערנדל שלינגען באזונדער, מע זאָל פילן װאָס פאר א טאם עס האָט...

-- עך, ברודערקע, -- האָט זיך אָנגערופן וואלערי, --װער מיר טאם, װאָס מיר טאם, ווען אָט דאָ, -- ער האָט א װײַז געטאָן אף דער ברוסט, -- דאָ אינװייניק ברענט בא מיר א העלישער פלאם, און מע דארף אים פארגיסן מיט װאָסיניט-איז און װאָס גיכער, עס זאָל ניט פארברענט ווערן אלץ מיטאנאנדער.

ארקאדי האָט אָפּגעזופּט א ביסל פון זײַן גלאָז, מיטן גאָפּל אָפּנעטײלט א שטיקל פונעם פארדארטן קאָטלעט און ארײַנגעלייגט אין מויל.

-- פארבײַס, -- האָט ער געזאָגט. וואלערי האָט אפן גאָפּל א נעם געטאָן פון טעלער עט- לעכע ארבעסלעך, נאָר די האנט האָט בא אים געציטערט, זײַנען זי אראָפּגעפאלן און פאנאנ- דערגעקײַקלט זיך איבערן שמוציקן צעמענטענעם דיל אין פארשיידענע זײַטן. א װײַלע האָט ער מיט א מאָדנעם ראכמאָנעס-בליק די ארבעסלעך נאָכגעקוקט, ביז זיי האָבן זיך ערגעץ פאר- קײַקלט, און שוין מער צו גאָרניט זיך ניט צוגערירט. מיט די עלנבויגנס אָנגעשפּארט אפן הויכן טישל, דעם פּאטלאטע קאָפּ ארײַנגענומען אין די הענט, האָט ער געזאָגט:

-- ווען מיר זײַנען אהער ארײַנגעקומען, האָב איך זיך דאָ א װויצל געטאָן מיט דער בו" פעטשיצע מיקויעך דער שאשליטשנע, באמערקט?

- כאמערקט, -- האָט געענטפערט ארקאדי, אָפּזופּנדיק מיט קליינע שלונג דעם קאָניאק.

21

-- קוקנדיק, וי דו זופּסט דײַן קאָניאק, -- האָט זיך אָנגערופן וואלערי, -- קאָן מען מיינען, אז דו האָסט דערפון גרויס האנאָע.

-- עמעס; האנאָע, -- האָט געענטפערט ארקאדי און, נאָך א זופּ טוענדיק, צוגעגעבן,-- ביכלאל באגיי איך זיך אָן דעם, כיטרינק ניט, סײַדן אז מע נעמט זיך צונויף אף א סימכע. הײַנט טו איך עס צוליב דיר. נאָר וויבאלד איך טרינק שוין, איז -- מיט האנאָע. -- ער האָט א הייב געטאָן די גלאָז, דער רעשט װײַן אין איר האָט גאָלדיק א שײַן געטאָן קעגן דער זון אין פענצ- טער.---פון אלץ דארף א מענטש קאָנען האָבן האנאָע: פון עסן, פון טרינקען, פון פאר- װײַלן זיך, פון ארבעט.

-- פון ארבעט -- האנאָע?! -- האָט וואלערי א צוק געטאָן מיט אן אקסל.

-- יאָ, פארשטייט זיך, -- ארקאדי האָט א קוק געטאָן מיט כידעש אף זײַן מיטשפּרע- כער. -- ערשט פון ארבעט האָט מען האנאָע, אויב מע טוט זי גוט, װי עס באדארף צו זײַן, אויב מע האָט זי ליב.

-- דו האָסט ליב דײַן ארבעט! -- האָט וואלערי געפרעגט.

-- וי זשע? און דו?

-- איך ניט.

-- ויאזוי זשע ארבעטסטו?

--- װײַל מע דארף,

-- א ראכמאָנעס אף דיר. נאָר וועגן דעם װעלן מיר נאָך א שמועס טאָן. האָסט געװאָלט עפּעס זאָגן מיקויעך דער שאשליטשנע? יאָ, א הייסן, א שמעקנדיקן שאשליק װאָלט ניט גע- שאדט איצט נעמען אין מויל ארײַן.

-- דאָס איז דאָך עס, איבערן פאסאד --מיט גרויסע שיינע אויסיעס--,שאשליטשנע", און קומסט ארײַן -- פּוסט! -- קראס האָט דערנעענטערט צו ארקאדין זײַנע גרויסע שווארצאפּי לען מיט א שפּרינגענדיקן אין זיי שיקערלעכן גלאנץ. -- און אין לעבן איז דען ניט אזוי? זאָג. אין לעבן -- דאָס זעלבע. אפן פאסאד, -- װאָס דו ווילסט: פרײַנטשאפט, ליבע, ענטוזיאזם און אינדערעמעסן? בלאָף... הוילער בלאָף...

-- איך זע, -- האָט געזאָגט ארקאדי, -- די גלאָז קאָניאק איז דיר גוט שוין ארײַן אין די געדערים.

-- איין גלאָז! אהא, דו קענסט מיך נאָך ניט. פאר מיר איז עס --א טראָפּן אין יאם.

-- מעגלעך, אז איך קען דיך טאקע ניט, -- האָט צוגעשטימט ארקאדי,--נאָר אויב דו ביסט ניכטער, איז נאָך ערגער.

-- װאָס זשע?

-- דו מישסט צונויף פארשיידענע זאכן.

-- אשטייגער? -- האָט וואלערי זיך אָנגעשפּיצט.

-- די האנדלס-טוער, װאָס האָבן אופגעהאנגען א שילד ,שאשליטשנע" אף אן אָרט, װוּ מיט דעם דאָזיקן מין שמעקט אפילע ניט, פּאָשעט עס זאָל אויסזען, ,וי בא לײַטן", זי קומט אוואדע א פּסאק. איינס פון די צוויי: האָסטו אופגעהאנגען א שילד, פּרעגל, זײַ מויכל, שא- שליק. האָסטו אים ניט פון װאָס צו פּרעגלען, נעם אראָפּ די שילד. ניט אזוי?

-- דאָס זאָג איך דאָך!-- האָט היציק זיך צו אים א קער געטאָן וואלערי. ארקאדי האָט אים לײַכט אָפּגערוקט פון זיך.

-- דו זאָגסט דאָך אָבער נאָך עפּעס. דו פּרוּװוסט מאכן ארום דעם שיר ניט א גאנצע לעבנס- פילאָסאָפיע: ס'איז גאָר ניטאָ -- קיין פרײַנטשאפט, קיין ליבע, קיין גליק...

-- װאָס זשע, ניט עמעס?

דער בליק בא ארקאדין איז געװאָרן דורכזיכטיק, שטרענג.

-- ניט עמעס. פּאָשעט -- דו לײַגסט!

-- איך לײַג?

-- און נאָך א מין!

וואלערי האָט זיך היציק א שטעל געטאָן קעגן ארקאדין:

-- דערװײַז! דערװוײַז מיר, אז איך לײַג. אָבער אָן אגיטאציע, אָן פּראָפּאגאנדע. פּאָשעט,-- וי א מענטש א מענטשן. דערװײַז, װעל איך זאָגן, אז דו ביסט גערעכט. און די אגיטאציע איז מיר דערעסן. אלע אגיטירן, דערציען...

-- יאָ, זאָג מיר, וואלערי, װוי קומסטו אין קאָמיוג?

-- איך?

-- יאָ, דו.

-- פּאָשעט.

22

--- וויָאזוי פּאָשעט?

-- דאָס איז געווען נאָך אין שול. דער גאנצער קלאס איז ארײַנגעטראָטן, און איך אויך.

-- און איצט?

-- איצט צאָל איך מיטגלידס-אָפּצאָל,

-- און גאָר?

-- װאָס נאָך? יאָ, איך גי אף פארזאמלונגען. ניט שטענדיק. לאנגװײַליק.

-- א וואזשנער קאָמיוגיסט ביסטו. דארפסט א טעאטער, דיר זאָל פריילעך זײַן?

-- ניט קיין טעאטער, נאָר איך וויל עפּעס נײַס, פרישס, כ'וויל ניט, מע זאָל מיר די גאנצע צײַט לייענען נאָטאציעס. דערעסן: פּלאן, סטאנאָק, בראק... וויפל קאָן מען? ניט צו דעם ציט די נעשאָמע.

-- צו װאָס ציט זי! צום פלעשל?

-- דו לאך ניט. עס ווילט זיך עפּעס מער. עפּעס אזוינס...

-- דערפאר קומסטו בעגילופן צו דער ארבעט, מאכסט פּראָגולן?

-- מעגלעך, אז דערפאר אויך. יאָ. מע האלט אין איין לערנען, וי צו זײַן פּראװילנע מענטשן, ניט קיין מענטשן -- צאדיקים! ניט טרינקען, ניט רייכערן, ניט האָבן צו טאָן מיט קיין מיידלעך. פארשרײַב זיך ערלעך אין זאגס, װער א טאטע, ארבעט וויפל אין דיר װעט ארײַן און פיל אויס געזעלשאפטלעכע אָנלאָדונגען. אומעטיק... איך האָב פײַנט צאדיקים, איך על קיינמאָל קיין צאדיק ניט זײַן. אָט דו, ארקאדי, טויגסט זיך אויס פאר א צאדיק.

-- א שיינער צאדיק, -- האָט א לאך געטאָן ארקאדי, --אויב איך שטיי דאָ מיט אזא ראָשע-מערושע, וי דו...

-- מיר איז עס טאקע א כידעש, -- האָט וואלערי געענטפערט. -- ווען דו האָסט מיר פאָר- געלייגט אויסטרינקען, האָב איך ניט געגלייבט מײַנע אויערן.

-- און ווייסטו, פארװאָס איך שטיי דאָ מיט דיר?

-- פארװאָס?

-- װײַל דו ביסט גאָרניט אזא ראָשע, וי דו פּרוּוסט פון זיך מאכן מיט אָט די לאנגע פּאטלעס, מיטן טרינקען, מיט אָט די אלע דײַנע צינישע שטיק. אינװײיניק, גלייב איך, שטעקט אין דיר א וווילער יאט. מיט אָט דעם יאט האָט זיך מיר פארװאָלט זיך דורכשמועסן.

-- אזוי גאָר? -- וואלערי האָט מיט אומצוטרוי אָנגעשטעלט זײַן בליק אף ארקאדין.-- איז וי מיינסטו, װוי טיף שטעקט ער אין מיר, אָט דער וווילער יאט דײַנער?

-- איך מיין, אז גאָר ניט אזוי טיף. כ'וועל זיך, מיין איך, צו אים דערגרונטעווען.

-- איך ווינטש דערפאָלג! -- האָט וואלערי א לעצעווע געטאָן. -- נאַך צו הונדערט! -- האָט ער געוויזן אף דער גלאָז.

-- ניין, גענוג.

-- און פאר יענעם יאט? ער האָט דאָך נאָך נעבעך ניט פארזוכט...

-- ער וועט זיך באגיין.

-- זשאלעװועסט? בא מיר איז גראָד קיין גראָשן ניטאָ, זיך אױיסגעבײַטלט פאר דער פּאַ- לוטשקע. און דו ביסט הײַנט א גוויר,

-- איך זשאלעווע ניט, -- האָט געענטפערט ארקאדי, --נאָר איך וויל נאָך הײַנט װעגן איינעם אן איניען מיט דיר ערנסט א שמועס טאָן, שמועסן האָב איך ליב מיט ניכטערע מענטשן. קום, װעלן מיר זיך דורכגיין,

-- נאטשאלסטווע ווייסט בעסער,---האָט א מאך געטאָן וואלערי. ער האָט אָנגעשטעקט אפן גאָפּל דעם דארן קאָטלעט, אָפּגעביסן א שטיקל און דאָס איבעריקע אוועקגעלייגט צוריק אין טעלער. ארויסגייענדיק, א געשריי געטאָן צו דער בופעטשיצע:

-- דאשענקע, ווען כ'וועל קומען א צווייט מאָל, זאָל מיר גרייט זײַן א גוטער, א הייסער שאשליק!

-- בודיעט, קאק שטיק!-- האָט יענע געענטפערט צום גראם און ביידע האָבן זיך צעי לאכט.

3(

אין גאס איז געווען פארנאכטיק קילבלעך. נאָך דער דושנער, מיט אלקאָהאָל-רײיכעס דורכגעזאפּטער שאשליטשנע איז מיט דער הוט פון די הענט, פונעם פּאָנעם, מיטן אָפּענעם האלדז אָנגענעם געװוען צו דערפילן אף זיך דעם אָפּפרישנדיקן געפלאטער פונעם לײַכטן

284

ווינטל, װאָס איז געקומען פונעם נאָענטן טײַך. דאָס ווינטל האָט, שפּילנדיק, געוויגט די בלע- טער-קרוינען אף די יונגע ביימלעך לענגויס דעם טראָטואר. נאָכן פארשפּעטיקטן פרילינג האַט דער אָנהייב זומער נאָך ניט באוויזן פאנאנדערצושפּרײטן אָט די בלעטער-קרוינען אין זייער פולער קראפט, האָבן זיי נאָך געהאט אין זיך א סאך שיטערע דורכלויכטן, דערפאר אָבער האָט דער געבלעטער נאָך ניט באוויזן אָנװערן זײַן פרילינגדיק צאפּלדיקע גרינקײַט און איידעלן גערוך. דאָס אלץ, צוזאמען מיטן געדאנק, אז אים שטייט פאָר א כוידעש אורלויב, האָבן אָנגע- פילט ארקאדין מיט מעטושטעשע, נאָר פריידיקע פאָרגעפילן. אף א װײַלע האָט ער אפילע פארגעסן וועגן וואלערי קראסן, װאָס איז אן אָנגעכמורעט שװײַגנדיקער געגאנגען באנאנד מיט אים, און האָט זיך אינגאנצן אָפּנעגעבן דעם ליכטיקן געפיל פון גליק, װאָס איז געוען, וי אים האָט זיך געדאכט, ניט נאָר אין אים, נאָר אין אלע מענטשן, װאָס זײַנען אנטקעגן געקומען, געווען צעגאָסן אליין אין דער לופט פון אָט דעם פּײַנעם אָנהײיב זומערדיקן פאר- נאכט. אָט גייט אנטקעגן אן אלטיטשקער אין א װײַסן שטרויענעם הוט, צו זען, שוין פון לאנג א פּענסיאָנער. ער גייט פּאמעלעך, אָנשפּארנדיק זיך אפן שטעקל און שמייכלט צו זיך אליין וועגן עפּעס אונטער. מיסטאמע גייט ער צוגאסט צו זײַנע אייניקלעך. ער קער שוין האָבן אורייניקלעך אויך. א גוטע עלטער, צו זען, בא אָט דעם מענטשן. און אָט גייען א יונגע מאמע מיט א טעכטערל פון א יאָר דרײַ. אין רויטן היטעלע, גרינעם מענטעלע און גאָלדיקע שׂיכע- לעך זעט עס אויס, װי א בלימעלע. אָט האָט דאָס בלימעלע מיט געלעכטער זיך אָפּגעריסן פון דער מאמעס האנט און גיך מיט די קליינע פיסעלעך אװעקגעלאָפן פאָרויס. די מאמע האָט גענוי מען נאָכלויפן, מאכנדיק דעם אָנשטעל, אז זי קאָן בעשום-אויפן ניט דעריאָגן. דאָס קינד קוקט זיך אלע װײַלע אום, לויפט נאָך גיכער מיט די קליינע פיסעלעך און פארגייט זיך אין געלעכ- טער, איר פארשײַטער קינדערשער געלעכטער קלינגט, װי א גלעקעלע, איבער דער גאס.

און אָט גייט א יונג פּאָרל. ביידע שטאלטנע, הויכע, גייט מען ענג צונויפגעטוליעט, ער -- די האנט אף איר אקסל, זי -- דעם טונקל געלאָקנטן קאָפּ-- אף זײַנעם. קיינעם זעען זיי ניט, קיינעם דארפן זי ניט...

פון צוזען, װי גוט ס'איז מענטשן ארום אים, איז בא ארקאדין נאָך אופגעלייגטער געװאָרן אפן הארצן, אים האָט זיך געדאכט: דאָס, װאָס ער, שפּירן איצט אלע ארום,

-- נו, װוי? -- האָט ער זיך א קער געטאָן צו זײַן מיטגייער,

-- װאָס װוי? -- האָט יענער ניט פארשטאנען.

-- װוי פילט מען זיך אין אזא װוּנדערלעכן פארנאכט, אף אזֹא װוּנדערלעכער גאס, צװוישן אזויפיל װוּנדערלעכע מענטשן? א?

-- ניט וואזשנע.

-- װאָס?

-- ניט וואזשנע, זאָג איך.

-- אזוי גאָר! -- איצט האָט ארקאדי אים ניט פארשטאנען. -- דו שפּאסט?

-- ניין, ערנסט.

ארקאדי האָט זיך אָפּגעשטעלט:

-- װאָס זשע פעלט דיר?

-- האָסט מיר שוין הײַנט איין מאָל וועגן דעם געפרעגט. װעל איך דיר נאָכאמאָל ענט- פערן: א סאך.

-- אשטייגער?

-- אין געגעבענעם מאָמענט?

-- זאָל זײַן אזוי.

-- אין געגעבענעם מאָמענט פעלן מיר אויס, ערשטנס, א פּאָר רובל אין קעשענע.

-- און צווייטנס?

-- צווייטנס, פעלט מיר אויס א פײַנער קאָרעש, ניט אזא, וי דו.

-- װאָס זשע װאָלסטו מיט אים געטאָן?

-- װאָס? מיר װאָלטן זיך ארײַנגעכאפּט מיט אים אין רעסטאָראן.

-- אין רעסטאָראן?

5 יאָ.

-- נו, און װאָס?

-- מיר װאָלטן כבאשטעלט א פּײַנע וועטשערע, געמאכט א ווילן שנאפּס, געטאנצט מיט מיידלעך...

-- און דאָס איז אלץ, װאָס דו פארלאנגסט?

244

-- אין געגעבענעם מאָמענט -- יאָ.

-- און װײַטער?

-- װאָס װײַטער?

-- נו, װײַטער, אין לעען ביכלאל האָסטו עפּעס פארלאנגען?

-- וי איך זע, -- האָט וואלערי אָנגעקוקט ארקאדין, -- ביסטו נישקאָשע פוך א טשודאק, ,װײַטער", , ביכלאל"... װער טראכט איצט וועגן אזעלכע זאכן?

-- וי קאָן מען ניט טראכטן?

-- ניטאָ קיין װײַטער, ניטאָ קײַן ביכלאל, -- האָט וואלערי קראס אָפּגעהאקט.

-- װאָס זשע איז דאָ?

-- פאראן -- הײַנט. פארגעדענק: הײַנט, און מער גאָר. הײַנט לעבסטו--הײַנט עסטו. הײַנט הוליע, לאָז זיך וווילגיין, טו װאָס דײַן הארץ גלוסט,

-- און מאָרגן?

-- ,,מאָרגן זאָל זיך גאָט זאָרגן"-- האָט געזאָגט מײַן באָבע. און נאָך פארגעדענק: ניטאָ קיין ‏ ,ביכלאל", פאראן--, ביפראט". ניט ביכלאל --די גאנצע װעלט, די גאנצע מענטשהײַט און אזוי װײַטער, און דאָס גלײַכן. פאראן דער פּראט. איך. דער מענטש. דער געגעבענער מענטש. וואלערי קראס, מיט מײַנע אָנשױוּנגען, מײַנע אינטערעסן, מײַנע פארלאנגען.

-- אָ, -- האָט א מאך געטאָן ארקאדי, -- װי איך זע, ביסטו גאָר א פילאָסאָף, וואלערי קראס!

-- איך ווייס ניט, ער און װאָס איך בין, --האָט יענער געענטפערט,--נאָר אזוי איז עס, װי איך זאָג דיר, אזוי טראכט ניט איך איינער.

-- דאָס פארשטיי איך, אז ניט דו אליין האָסט עס צוגעטראכט, --האָט זיך אָנגערופן ארקאדי. ער האָט זיך אפילע אָפּגעשטעלט, אזוי האָט אים פארינטערעסירט די ווענדונג, װאָס זייער געשפּרעך האָט מיטאמאָל אָנגענומען. וואלערי איז אויך געבליבן שטיין. זיי האָבן געשטערט די דורכגייער, זײַנען זיי פונעם טראָטואר אָפּגעגאנגען עטװאָס אין א זײַט. מיט דער זיך װויגנדיקער קרוין האָט איבער זיי שטיל גערוישט א הויכער קליאָן און געהילט זיי אין איידעלן גערוך פון זײַן יונגן געבלעטער.

-- אויב אזוי, וואלערי, דערקלער מיר אָט װאָס, ---האָט געזאָגט ארקאדי, -- לאָמיַר זיך אף א װײַלע פאָרשטעלן, אז דו ביסט גערעכט: דער איקער איז ניט דער קלאל --די גאנצע וועלט, די גאנצע מענטשהײַט, װי דו זאָגסט, נאָר דער פּראט, דער באזונדערער מענטש און דאָס, װאָס ער פארלאנגט..,

-- יאָ, -- האָט צוגעשטימט וואלערי.

-- נו, און װי אויב אָט דער מענטש דײַנער, װאָס טראכט נאָר וועגן זיך און זײַנע אייגענע אינטערעסן, האָט ניט קיין גוטע, נאָר שלעכטע פארלאנגען, אזעלכע, װאָס קאָנען ברענגען שאָדן סײַ אנדערע, סײַ אים אליין?

-- דאָס איז אױיסגעשלאָסן, -- האָט געענטפערט קראס, ענערגיש א טרייסל טוענדיק מיט דער פּאטלע. -- קיין שום מענטש קאָן ניט פארלאנגען זיך אליין שלעכטס. מאסקים?

-- נו, מאסקים. -- יעדער איינער ווינטשט זיך און װעט טאָן פאר זיך בלויז גוטס. מאסקים? -- מאסקים. -- נו, און אויב יעדערער װעט טאָן גוטס, װי זשע קאָן דערפון פאר עמעצן ארויסקומען שלעכטס? -- לאָגיש, -- האָט א שמייכל געטאָן ארקאדי, -- לאָגיש, אָבער נאיוו. -- פארװאָס?

-- װײַל אויב יעדער מענטש װעט טאָן גוטס בלויז פאר זיך, וי דו זאָגסט, קאָן עס שוין ניט זײַן גוט פאר אלעמען.

-- פארװאָס?

-- װײַל טאָן גוטס דארף מען קױידעמקאָל פאר אלעמען, דאן װעט גוט זײַן פאר יעדערן באזונדער, און ניט פארקערט, װוי דיר דאכט זיך אויס. נאָר װאָס שטייען מיר?! לאָמיר גיין.

פון אונטערן צעגרינטישמעקנדיקן בוים זײַנען זיי ארײַן אינעם היפּשלעכן מענטשן- שטראָם, װאָס האָט זיך געצויגן איבערן טראָטואר אין ביידע ריכטונגען.

-- סאליוט, מארלענאָטשקע, -- האָט אין עטלעכע שפּאן ארום אויסגערופן וואלערי, און זיי האָבן זיך אָפּנעשטעלט. ארקאדי (אזוי האָט זיך אים געדאכט) װאָלט געבליבן שטיין, אפילע ווען ניט דער אויסרוף פון זײַן מיטגייער, אזוי האָט מיט איר אויסטערלישער שײנקײַט אים געפּלעפט דאָס אנטקעגנגעקומענע מיידל. אין איין אויגנבליק האָט אין אים אופגעברויזט,

29

קוקנדיק אף איר, א שלאל געפילן און געדאנקען, װאָס אויסדריקן מיט א װאָרט װאָלט ער זי ניט געקאָנט. אָט זײַנען בלויז אייניקע פון זײ:

זי װעט זיך ניט אָפּשטעלן. אזא, װי אָט די, קאָן זיך ניט אָפּשטעלן. בעשום-אויפף! זי װעט דורכגיין פארבײי, װײַל זי פארשטייט ניט זייער לאָשן. זי איז פון אן אנדער פּלאנעטע. יאָ, יאָ, פון אן אנדער פּלאנעטע... אף דער ערד איז נאָך אזא ניט געבוירן געװאָרן..

און:

וי קאָן מען צו אזא, װי אָט די, מיט אזא כוצפּע זיך װוענדן, אָנרופן זי מיט א מענטשלעכן נאָמען?

און;

לעבט פונדעסטוועגן אזא, װי אָט די, מיט אים אין איין שטאָט! װי זשע האָט ער ביז איצט וועגן דעם ניט געװוּסט?

זי האָט זיך אָפּגעשטעלט.

-- א גרוס, וואלעריק!-- האָט זי פּראָסט-פּאָשעט געזאָגט. ארקאדי האָט ניט געגלייבט ניט די אייגענע אויגן, ניט די אויערן. זי האָט זיך טאקע אָפּגעשטעלט? טאקע געזאָגט: גרוס, וואלעריק"? און יענער, -- װוי גאָר קיין אויסערגעוויינלעכס זאָל ניט געשען:

--- פונוואנען שפּאנסטו עס, מארלענאָטשקע?

-- פון דער ארבעט,

-- אזוי שפּעט?

-- געווען א זיצונג פון פּראָפּקאָם.

-- אן אקטיװויסטקע?

-- פארװאָס ניט?

-- און פארװאָס זע איך ניט ארום דיר קיין עסקאָרט?

-- װאָס פאר אן עסקאָרט?

-- פון פארליבטע... אזעלכע, װוי דו, מוז שטענדיק באגלייטן אן עסקאָרט פון פארליבטע. דו ווייסט דען ניט, -- האָט ער זיך א קער געטאָן צו ארקאדין, -- אין איר איז פארליבט א האלבע שטאָט מיט ייַנגלעך און איך בעסויכעם. די צווייטע העלפט איז ניט פארליבט, װװײַל זי ווייסט ניט וועגן איר...

-- מיך פרייט עס, -- האָט א שמייכל געטאָן דאָס מיידל, -- און באזונדערס, װאָס דו אויך.

-- דו ביסט נאָך אין איר ניט פארליבט, בריגאדיר?-- האָט וואלערי זיך א קער געטאָן צו ארקאדין. --מיר שטייען שוין דאָ דרײַ מינוט, ס'איז גאנץ גענוג.

-- ניין, כ'האָב נאָך ניט באוויזן, --האָט ארקאדי ענדלעך ארויסגעשטאמלט די ערשטע עטלעכע ווערטער, זינט זיי האָבן זיך אָפּגעשטעלט.

וואלערי:

-- שיר ניט פארגעסן צו באקאנען אײַך.. ארקאדי סאטאנאָווסקי, בריגאדיר --א פּרא"י ווילנער מענטש אף אלע הונדערט פּראָצענט. טרינקט ניט, רייכערט ניט, האָט ניט ליב קיין מיידלעך...

-- גענוג דיר צו לעצעווען, -- האָט א מאך געטאָן ארקאדי, און -- צום מיידל: -- װי מע רופט אײַך, ווייס איך שוין. װוי מיך, ווייסט איר אויך...

זי האָט אים דערלאנגט די האנט.

-- אינעם צעטל פון די, װאָס זײַנען אין דיר פארליבט, שטעל ארײַן נאָך איינעם,-- האָט געזאָגט וואלערי און צוגעגעבן:--נאָר אים, בעט איך דיך, פארשרײַב נאָך מיר, דו הערסט, מארלענאָטשקע?

-- ער רופט אײַך אזוי היימיש, -- האָט ארקאדי געזאָגט צום מיידל.--- ער האָט דערוף רעכט?

-- זעסט, -- האָט אויסגערופן וואלערי, --ניט באוויזן צו באקאנען זיך און איז שוין אייפערזיכטיק.

-- אויב איר קאָנט וואלעריקן, -- האָט געזאָגט דאָס מיידל, -- דארפט איר וויסן, אז רעכט אף אלץ נעמט ער זיך אליין.

-- און אָן שום גרונט?

-- אָן שום.

-- איז דער וויפלטער שטיי איך בא דיר אין צעטל, מארלענאָטשקע?-- האָט וואלערי װײַטער געלעצעוועט,

-- דער סאמע ערשטער, -- האָט זי געענטפערט, באגריסנדיק אופגעהויבן די האנט און אוועק.

26

-- טשאאָ! -- האָט נאָכגעשריען וואלערי.

װײַטער זײַנען זיי געגאנגען פּאמעלעך און שװײַגנדיק. מעגלעך, אז וואלערי האָט יאָ עפּעס גערעדט, נאָר צו ארקאדין זײַנען די רייד זײַנע ניט דערפלויגן. נאָך דער אומגעריכטער באגעגעניש האָט עס אים װי א טראָג געטאָן אין דער הייך, שיר ניט צו די װײַסע צעריסענע װאָלקנדלעך, װאָס האָבן זיך געשפּרײט אין הימל. אף אָט דער הייך איז צו אים פון דער ערד איצט קיין זאך ניט דערגאנגען. דאָ האָט געהערשט אן אבסאָליוטע שטילקייט. פּלוצעם אָבער האָט אין אָט דער שטילקײַט פארדריסלעך זיך ארײַנגעריסן א דיסאָנירנדיקער קלאנג. ארקאדי האָט זיך געמאכט ניט הערנדיק, נאָר דער קלאנג האָט זיך איבערגעכאזערט:

-- רעסטאָראן...

-- הא? װאָס?

-- ביסט פון הימל אראָפּגעפאלן?

-- קימאט..,

-- מארלענאָטשקע קען עס. זי, אז מע דערזעט צום ערשטן מאָל, קאָן אזוינס טרעפן

-- און צום צווייטן?

-- צום צווייטן איז שוין לײַכטער.

-- װאָס האָסטו געװאָלט זאָגן?

-- כ'האָב געװאָלט זאָגן, אז מיר שטייען לעבן רעסטאָראן.

-- איז װאָס?

-- עפשער וועלן מיר ארײינגיין?

-- ניין.

-- קאטעגאָריש?

-- אבסאָליוט,

-- אָט בין איך א גלאָמפּ! -- וואלערי האָט זיך א פּאטש געטאָן אין שטערן.

-- צו װאָס אזא זעלבסטקריטיק?

-- געדארפט פאָרלייגן מארלענאָטשקען. צוליב איר װאָלסטו געוויס געגאנגען ניט נאָר אין רעסטאָראן...

-- און זי װאָלט מאסקים געווען?

-- פארװאָס ניט?

-- מיט דיר און מיט אן אומבאקאנטן מענטשן?

-- נאָך א מין!

-- איך גלייב ניט.

-- קענסטו קיין מיידלעך ניט,

-- פאראן פארשיידענע מיידלעך.

-- אלע -- אף איין שניט,

-- דאָס טראכסטו אזוי.

-- וועטן מיר זיך?

-- אז װאָס?

-- אז מארלענאָטשקע גייט הײַנט מיט מיר און מיט דיר אין רעסטאָראן.

-- וי װועסטו דערװײַזן?

-- אָט לויף איך באלד נאָך איר,--איך וייס װוּ זי װוינט, --און ברענג זי אהער. געמאכט?

-- מע דארף ניט.

-- זיך דערשראָקן?

-- יאָ, דערשראָקן... קום בעסער א זיץ טאָן אינעם סקווער.

-- אין אָט דעם סקװוער? אן אייסעק פאר פּענסיאָנערן.

-- פּענסיאָנערן זיצן דאָ באטאָג. פארנאכט פארנעמען אים פארליבטע פּאָרלעך.

4

דער סקווער האָט געגרינט אנטקעגן דעם רעסטאָראן. אלע בענק זײַנען דאָ געווען פאר- נומען, נאָר אף זייער גליק האָט איין פּאָרל זיך אופגעהויבן און געארעמט אװועק, האָבן אר- קאדי און וואלערי זיך צוגעזעצט אף זייער אָרט.

א לענגערע װײַלע האָבן ביידע געשוויגן. ארקאדי האָט געטראכט וועגן דעם מיידל.

יט

און װי האָט ער, לעבנדיק קימאט דאָס גאנצע לעבן דאָ אין שטאָט, קיין איין מאָל אין ערגעץ זי ניט געטראָפן? עפשער איז זי ניט קיין היגע, געקומען פון ערגעץ? פונוואנען? סײַדן טאקע פון אן אנדער פּלאנעטע. ער האָט א שמייכל געטאָן. זי האָט אינגאנצן איבערגעקערט זײַנע געדאנקען. ביז דער טרעפונג מיט איר האָט ער דאָך געקליבן זיך עפּעס פאָרלייגן וואלערין, אָט דעם פּאטלאטן פילאָסאָף, װאָס זי רופט אים אזוי צערטלעך--וואלעריק. עפשער איז צװישן זיי עפּעס פאראן? מע װעט עס דארפן אױסקלאָרן. אָבער ניט באלד, -- האָט ער זיך אליין געצוימט אין געדאנק. אָט דער וואלערי קאָן נאָך בעעמעס מיינען, אז אים, ארקאדין, גייט עס אָן. און אויב אפילע עס גייט אים יאָ אָן, דארף קיינער דערפון ניט וויסן. ער האָט פאר וואלערין א וויכטיקן פאָרשלאָג, נאָר איידער פאָרלייגן, האָט ער זיך געקליבן בא אים עפּעס-װאָס אױסקלאָרן. נו, יאָ, ער מוז וויסן, פונוואנען שטאמט ער, אָט דער וואלערי, פונ- וואנען נעמען זי זיך -- זײַן הוילעך, זײַן ציניזם, די פילאָסאָפיע זײַנע! ערגעץ מוז דאָך אָט דאָס אלץ האָבן װאָרצלען.

וואלערי קראס האָט בעשאסמײַסע געבראָכן דעם קאָפּ איבער אן אנדער פראגע: װאָס וויל פון אים אָט דער אף אלע הונדערט פּראָצענט פּראװילנער מענטש, דער בריגאדיר ארקאדי סאטאנאָווסקי און װאָס שלעפּט ער זיך מיט אים שוין עטלעכע שאָ ארום? װאָס איך וויל פון אים, ווייס איך, -- האָט ער געטראכט. -- בא מיר זײַנען אויסגעגאנגען די קלינגערס און איך וויל אף זײַן כעזשבן פארברענגען אן אָװנט. לאָזט ער זיך ניט. אָבער װאָס װויל ער פון מיר און מיט װאָס קאָן איך אים צוניץ קומען! נאָר אָט זיצט ער און שװײַגט. מיטאמאָל אנשוויגן געװאָרן. דאָס האָט מארלענאָטשקע אזוי אים פּריטשמעליעט. באלד װעט ער אָנהײיבן ועגן איר פאנאנדערפרעגן, װער און װאָס... נו, יאָ..

-- איך האָב צו דיר א ניט גאָר באשיידענע פראגע, -- האָט זיך אָנגערופן ארקאדי.

-- איך ווייס, -- האָט געענטפערט וואלערי.

-- װאָס ווייסטו? -- האָט ארקאדי זיך פארכידעשט.

-- איך ווייס, װאָס דו ווילסט בא מיר פרעגן.

-- װאָס?

-- ווער און װאָס איז מארלענאָטשקע, װוּ ארבעט זי און וווּ וווינט זי!

-- ניט געטראָפן!

-- ניט?

-- ניט.

-- װאָס זשע?

-- כ'האָב געװאָלט פרעגן װוּ דו װוינסט?

-- איך?

-- יאָ, דו.

וואלערי האָט זיך צעלאכט.

-- מע קאָן מיינען, דו װוילסט זיך טרעפן מיט מיר, ניט מיט איר.

ארקאדי האָט זיך אָנגעכמורעט.

-- וועגן דײַן באקאנטער, װאָס דו רופסט זי מארלענאָטשקע, האָבן מיר אָפּגערעדט, און מער -- קיין װאָרט.

-- וי דו ווילסט.

-- איך וויל וויסן, װוּ דו װוינסט,

-- איך?

-- יאָ.

-- אין צוזאמענוווינונג.

-- קיין עלטערן האָסטו ניט?

--- מיינסט -- אָװעס? פאראן.

--- זיי וווינען אין אן אנדער שטאָט?

-- פארװאָס? דאָ אין שטאָט װווינען זיי.

-- פאראן בא זיי נאָך קינדער?

-- ניין, איך בין בא זיי איין-און-איינציקער.

-- פארװאָס זשע...

-- פארװאָס איך װווין ניט מיט זיי?

-- נו, יאָ.

-- עט..,

-- אָבער פאָרט?

28

-- דאָס אינטערעסירט דיך טאקע?

-- זייער,

-- מאָדנע.

-- פארװאָס מאָדנע?

-- כ'בין ניט געוווינט, עמעצער זאָל זיך מיט מיר אינטערעסירן. און צו װאָס דארפסטו עס?

-- דאָס װעל איך דיר זאָגן שפּעטער.

-- פארשטייסט, מײַנע עלטערן זײַנען זייער פּײַנע און פּראװילנע מענטשן. אָט דו װאָלסט זיך עפשער מיט זיי צונויפגעלעבט, ביסט אויך א פּראווילנער.

-- און דו?

-- איך בין, װי דו זעסט, דורכויס ניט קיין פּראװוילנער.

-- װי זשע איז, זאָג מיר, בא אזעלכע ,פּראװילנע" עלטערן, װי דוֹ רופסט עס אַן אויסגעוואקסן אזא ניט קיין פּראװילנער זון?

-- עפשער טאקע דערפאר.

-- פארװאָס -- דערפאר?

-- װײַל זיי, די אָװעס מײַנע, זײַנען שוין צו פּראװילנע.

-- זיי ארבעטן?

-- פארשטייט זיך.

-- וווּ?

-- אָ, זי זײַנען זײער אָנשטענדיקע מענטשן. דער טאטע--א יריסקאָנסולט אף א זאװאָד, די מאמע --- א פּראָװיזאָר,. פארוואלטעט מיט א גרויסער אפּטײק.

-- יאָ, אָנשטענדיקע מענטשן. פארװאָס זשע האָבן זיי דיך אזוי שלעכט דערצויגן?

-- שלעכט? זיי האָבן מיך ביכלאל ניש דערצויגן. גאנצע טעג אף דער ארבעט, אין קאָ- מאנדירונגען. איך האָב זיך דערצויגן אליין, און ניט אין שטוב --אין הויף, מיט אזעלכע כעוורע, װי איך. עמעס, געווען אויך א באבושקע, דעם טאטנס מאמע, זייער אן אלטיטשקע, אֹ קראנקע, האָב איך זי געהערט פאר א פירער. דערנאָך איז זי געשטאָרבן, בין איך ביכלאל געבליבן א פרײַער פויגל.

-- פארװאָס לעבסטו איצטער ניט אין דער היים! עס פעלט פּלאץ?

-- ניין, דער טאטע מיט דער מאמען פארנעמען אינצווייען א גרויסע דירע פון דרײַ צימערן. פּלאץ קלעקט, נאָר...

-- נאָר װאָס?

-- פארשטייסט, װען כ'האָב נאָכן פארענדיקן די שול געדארפט האלטן עקזאמענעס אין אינסטיטוט, האָט דער טאטע מיר געמאָלדן, אז טאָמער װעל איך די עקזאמענעס ניט אויס- האלטן, זאָל איך זיך ניט אומקערן אין שטוב. און איך האָב ניט אויסגעהאלטן, ניט דערנומען צוויי באלן.

--- וויָאזוי האָסטו זיך געלערנט אין שול?

-- ניט פויגלדיק,

-- שוואכע פּיייַקײַטן?

-- ניין, אייניקע האָבן אפילע געהאלטן, אז בא מיר איז א שארף קעפּל. באזונדערס צו מאטעמאטיק,

-- איז װאָס זשע?

-- מיר איז געווען לאנגװײַליק.

-- און נאָך די עקזאמענעס?

-- בין איך אוועק ארבעטן אפן זאװאָד און לעבן -- אין צוזאמענוווינונג.

-- די עלטערן האָבן ניט כאראָטע געהאט?

-- יאָ, די מאמע איז געקומען זיך בעטן..

-- און דו?

-- ניין, האָב איך געזאָגט, אהיים קער איך זיך ניט אום.

-- אין צוזאמענוווינונג איז בעסער?

-- פארשטייסט, בא אונדז איז א שטוב... וי זאָל איך דיר זאָגן?..

-- װאָס פאר א שטוב?

-- ניט קיין שטוב ---אן אנטיקווארער מאגאזין פון טײַערע כפייצים. קרישטאָל. פּאָר- צעללי. אומעטום -- גארניטורן לוט דער לעצטער מאָדע. אין זאל--א טשעכישער, אין אל- קער ---א יוגאָסלאװישער, אין קיך --א ריגער. אפילע דער טואלעט איז אויסגעפלאסטערט

29

מיט קאָלירטע פּליטקעלעך. גלעזערנע שאפעס זײַנען פארשטעלט מיט סערוויזן, מיט גאָלדענע, זילבערנע בעכערס, בעכערלעך. און גאָט באהיט, צו עפּעס זיך צורירן. דאָס איז נאָר צוליב געסט, -- װוען מע קומט אין א יאָמטעװ, זאָל מען קוקן, גאפן און מעקאנע זײַן. אף אלע ווענט, אפן דיל -- טעפּיכער. דער דיל איז אויסגעלייגט מיט פּארקעט. קומט מען ארײַן, דארף מען אין קאָרידאָר אױיסטאָן די שיך, אָנטאָן שטעקשיך. אין צימער דארף מען אױסטאַן די שטעק" שיך אויך -- ניט ארופטרעטן, כאָלילע, אין זיי אפן טעפּיך... אזויווי אין א מוזיי, און נאָך ערגער. ---א װײַלע האָט וואלערי געשוויגן און פאָרגעזעצט:-- און פּונקט אזוי בא די אָװעס מײַנע, סײַ באם טאטן, סײַ בא דער מאמע, --די נעשאָמעס אויך: אלע געפילן, געדאנקען פאנאנדערגעלייגט אף באזונדערע פּאָליטשקעלעך -- דאָס פאר לײַטן, און דאָס פאר זיך. איז עס מיר, פארשטייסט, אָט דאָס גאנצע רימל, געװאָרן אזוי דערװידער, אז מיר האָט זיך פאר- װאָלט טאָן אלץ אין לעבן פארקערט, פארשטייסט, ניט אזוי -- קאפּויר, אפצולאָכעס.

-- איך פארשטיי, -- האָט געזאָגט ארקאדי, -- איצט פארשטיי איך, -- און אומגעריכט פאר זואלערין צוגעגעבן: -- אין א בריגאדע װאָלסטו געװאָלט אריבערגיין?

-- אין א בריגאדע?

-- יאָ.

-- אין דײַנער?

-- ניין, אין מײַנער איז פרי. בא מיר האָבן אלע כעוורע הויכע ראזריאדן. נאָר איך קאָן זיך צונויפריידן, מע זאָל דיך אריבערפירן אין אן אנדער בריגאדע, און מיט דער צײַט װעסטו קאָנען אריבער אויך צו מיר. וויפל איז דער שיר צו שטיין באם שטאמפּ? אין בריגאדע -- אי דו װעסט מער פארדינען, אי די ארבעט װעט זײַן פאר דיר אינטערעסאנטער. הא?

פאר וואלערין איז עס געווען אומגעריכט.

-- אָט דאָס האָסטו מיר געװאָלט זאָגן? -- האָט ער געפרעגט.

-- יאָ.

וואלערי האָט מיט כידעש געקוקט אף ארקאדין.

-- צו װאָס דארפסטו עס?

-- װאָס זשע?

-- איך -- א שיקער, א פּראָגולשטשיק...

-- קלײַבסט זיך אײיביק פארבלײַבן אזא?

-- דו האָסט א האָפענונג, אז ניט?

-- יאָ, איך האָב.

-- איז װאָס זשע?

-- װעט עס עפשער אין א רעכטער בריגאדע צוגיין גיכער.

-- און װאָס װעלן זאָגן די כעוורע פון יענער בריגאדע?

-- איך פרעג בא דיר -- ביסט מאסקים?

-- כ'וועל א טראכט טאָן.

-- נו, אָט, פאריינוועגס טו א טראכט אויך ועגן דעם טנײַ, װאָס איך װעל דיר שטעלן.

-- א טנײַ אויך?

-- און וי האָסטו געמיינט -- גלאט אזוי?

-- װאָס זשע פאר א טנײַ!

-- א טנײַ אזא: איך פאָר מאָרגן אוועק אין סאנאטאָרי. א כוידעש צײַט װעל איך דאָ ניט זײַן. פאר אָט דעם כוידעש שיקערסטו זיך קיין איין מאָל ניט אָן, מאכסט ניט קיין איין פּראָגול און קיין איין בראק אין דער ארבעט.

-- אהא! -- האָט אויסגערופן וואלערי.

-- װועסטו עס אויספילן, קוּם איך, רעד זיך צונויף און מע נעמט דיך אין א גוטער בריי גאדע. געמאכט?

-- און אויב איך װעל ניט אויספילן?

-- איז ניטאָ וועגן װאָס צו ריידן.

-- איך פארשטיי ניט איין זאך, -- האָט נאָך א לענגערן שװײַגן געזאָגט וואלערי, -- צוי ליב וועמען סטארעסטו זיך? וועמעס טויווע מיינסטו דאָ? מײַנע?

-- ניין, -- האָט געענטפערט ארקאדי.

-- דײַנע? אין װאָס באשטייט זי?

-- אויך ניט.

--- טאָ װעמעס? |

-- איך מיין די טויווע פון יענעם יאט, וועגן וועלכן מיר האָבן מיט דיר שוין גערעדט.

2* 30

מע דארף אים װאָס גיכער ארויסציען אף דער ליכטיקער שײַן. מיר דוכט, צוליב אים לוינט זיך א סטארע טאָן...

-- אך, ביסטו א כיטרער!-- האָט וואלערי א דראָע געטאָן ארקאדין מיטן פינגער. זי האָבן זיך אופגעהויבן. ס'איז שוין געווען היפּש טונקל און קיל. ---גייען מיר?

-- יאָ, מיר גייען, -- האָט געענטפערט ארקאדי. -- איך װוין אף טשאפּאיעװער.

-- האלט דאָס פינפטל!--וואלערי האָט אים א שטרעק געטאָן די האנט. -- ביסט א פּרא- ווילנער, בריגאדיר, נאָר ניט אזא נודנער, װי איך האָב געמיינט. פּראװילנע מענטשן זײַנען געוויינלעך נודנע, דערפאר האָב איך זיי ניט ליב.

סאטאנאָווסקי און קראס זײַנען זיך פאנאנדערגעגאנגען.

אָפּגעגאנגען א שפּאן צען, איז ארקאדי געבליבן שטיין. זיך א קער געגעבן אף צוריק, האָט ער הויך א געשריי געטאָן:

-- וואלערי! קרא-א-אס!..

קיינער האָט זיך ניט אָפּגערופן. גייענדיק װײַטער, האָט ארקאדי געטראכט: גוט, װאָס וואלערי האָט זיך ניט אָפּגערופן, מיסטאמע שוין װײַט באוויזן אוועקגיין. ווען ער דערהערט יאָ און קערט זיך אום, װאָלט ער, ארקאדי, פּאָשעט ניט געװוּסט װאָס אים צו זאָגן. װי נאָר ער האָט א רוף געטאָן, האָט ער שין כאראָטע געהאט, װײַל װאָס האָט דען ער, ארקאדי. געװאָלט בא אים פרעגן? װעגן יענער, װאָס מע רופט זי מארלענאָטשקע, געװאָלט פרעגן; װוער איז זי? װוּ ארבעט זי! װוּ װוינט זי? וואלערי װאָלט געמאכט פון אים א לײַטיש געלעם- טער. ,דער בריגאדיר, -- װאָלט ער געזאָגט, -- האָט פון ערשטן קוק זיך אײַנגעליבט"..

איז װי, בריגאדיר, -- האָט. שפּאנענדיק איבער דער אָװנטיקער גאס, בא זיך אליין געפרעגט ארקאדי, -- עפשער טאקע, הא?"

סֹּ

אין סאנאטאָרי האָט אים פון די ערשטע טעג ניט אָפּגעגליקט. ערשטנס, דער װעטער. פון דער זײַט פונעם יאם האָבן געהאלטן אין איין טראָגן זיך נידעריקע, מיט פּײַכטער טונק- לעניש אָנגעשװאָלענע כמארעס און ס'האָט נודנע, אָן אופהער גערעגנט,--ניט זומער איז, ניט יון, װאָלט מען געקאָנט מיינען, נאָר קילער אײַנגעגעסענער הארבסט. צווייטנס, דאָס צימער. א צימער האָט מען אים דאפקע געגעבן אף צווייען (,בא אונדז װוינט מען צו דרײי און צו פיר אין א צימער אויך", -- האָט. אים געזאָגט די עלטערע מעדיצין-שװועסטער) און דאָס װאָלט געװוען ניט שלעכט. ער האָט אפילע ניט פארשטאנען, מיט װאָס איז ער בא אָט דער נאָך גאנץ יונגער פרוי מיט דער הױיכער העליש-רויטער פריזור אזוי נויסעכיין געװען װאָס זי טוט אים די דאָזיקע טויװע, און ער האָט זי העפלעך באדאנקט.

-- דאנקען װעט איר שפּעטער, -- האָט די פרוי מיט דער הויכער פריזור געזאָגט, און ער װאָלט געמעגט שװערן אז זי האָט געלאָזט פאלן דערבײַ א סוידעספולן שמייכל. דעם באטײַט פון אָט דעם שמייכל האָט ער פארשטאנען שפּעטער, װען ער האָט זיך אופגעהויבן אפן דריטן שטאָק און איז ארײַן אינעם צימער. דאָס איז געווען א ברעקל צימערל מיט איין- איינציקן פענצטער אף צאָפן, און ס'איז ניט צו ריכטן זיך דאָ אף א ברעקל זון. נאָר מיילע, האָט ער א קלער געטאָן. די זון דארף ניט גיין צו אים, ער װעט קומען צו איר. ערגער-- דער שאָכן. ס'איז ניט קיין קלײניקײַט--אָפּלעבן א כוידעש צײַט אין איין צימער מיט א מענטשן. אים װאָלט זיך װעלן דאָס זאָל זײַן א מענטש פון זײַן גראד און עלטער. מע זאָל האָבן אן אלגעמיינעם אינטערעס, קאָנען צוזאמען פארברענגען. נאָר אף איינעם פון די צוויי בעטלעך באם פענצטער האָט ער געטראָפן זיצן אן אלטיטשקן אין א שיטער-געקעסטלטער װײַסער מײַקע, אין געשטרײַפטע גרינע פּיזשאמע-הויזן און אין טונקעלע שקארפּעטקעס.-- ער האָט אָדער געקליבן זיך צולייגן, אָדער איז ערשט אופגעשטאנען, פון דער צײַטונג אפן שאפקעלע באם בעט האָט דער אלטיטשקער גענומען די ברילן, באזאָטלט מיט זיי זײַן היפּש- לעכע נאָז, מיט נײַגער א קוק געטאָן אפן ארײַנגעקומענעם און באלד געענטפערט אף זײַן ,זדראװוסטװוּיטיע" מיט א צווייענדיקן ,זדראװוסטװוּיטיע" און מיט א גאסטפרײַנטלעכן ,ראס- פּאָלאגײַטיעס!"

קיין שום כיישעק צו , ראספּאָלאגײַען" זיך דאָ האָט ארקאדי ניט געהאט. פארקערט, אים האָט זיך געװאָלט גלײַך אראָפּלויפן צוריק צו דער פרוי מיט דער העליש-רויטער פריזור און בעטן בא איר אן אנדער אָרט, זאָל זײַן אין א צימער פאר דרײַ, פאר פיר מענטשן, אזוי'זײַנען

+תת)

1

אים פון ערשטן אױגנבליק ניט געפעלן ניט דאָס ענגע צימערל, ניט דאָס, װאָס אים װעט דאָ א גאנצן כוידעש אויסקומען לעבן מיט אָט דעם אלטיטשקן. נאָר יענער האָט פון אונטער די ברילן געקוקט אֹף אים גאנץ גוטמוטיק. און ס'װאָלט ניט העפלעך געװען אװעקגײין, ניס האָבנדיק עפּעס געזאָגט, האָט ארקאדי א פרעג געטאָן:

--- איר זײַט שוין דאָ לאנג?

-- ניין, סאכאקל דרײַ טעג --האָט יענער געענטפערט, -- פון זיי צוויי אין אָט דעם צימערל.

-- און דעם ערשטן טאָג?-- האָט ארקאדי גלאט אזוי א פרעג געטאָן.

-- אָ, דאָ איז א שטיקל געשיכטע, איך װעל זי אײַך באלד דערציילן. זעצט זיך צו, יונגערמאן, װאָס שטייט איר?

-- א דאנק. װאָס זשע פאר א געשיכטע?--ארקאדי האָט אף א װײַלע זיך צוגעזעצט.

-- ס'איז, אייגנטלעך, ניט אזא טשיקאווע געשיכטע, נאָר וויבאלד מע האָט אײַך געשיקט אהער און אײַך װעט אויסקומען לעבן מיט מיר אין איין צימער, דארפט איר זי ויסן.

-- װאָס אזוינס דארף איך וויסן? -- האָט ארקאדי זיך פארינטערעסירט.

-- איך מוז אײַך װאָרענען וועגן איינער א זאך..

-- װאָרענען?

-- יאָ. איר פארשטייט, -- דער אלטיטשקער האָט זיך אריבערגעזעצט פונעם בעט אפן בענקל, -- בא מיר איז א שטיקל כאלאעס.

-- א כאלאעס?

-- נאָר שרעקט זיך ניט, ס'איז נִיט געפערלעך.

-- אין װאָס באשטייט אײַער כאלאעס?

-- אייגנטלעך, איז עס גאָר קיין כאלאעס ניט, אזוי זיך, א שטיקל טעווע...

-- װאָס פארא טעװוע?

-- איר פארשטייט, באנאכט... -- וי שעמענדיק זיך פאר עפּעס, האָט דער אלטיטשקער אראָפּגעלאָזט די אויגן אונטער די ברילן און אײַנגעשלונגען עפּעס א װאָרט, װי ער זאָל זיך האָבן דערמיט דערװאָרגן.

-- װאָס טוט איר באנאכט!?--האָט ארקאדי געפרעגט און א קלער געטאָן, צי איז אָט דער מענטש, װאָס דארף װערן אף א גאנצן כוידעש זײַן שאָכן, אמאָל ניט קיין לונאטיקער?

-- באנאכט... כראָפּע איך, -- האָט געענטפערט יענער.

-- אזוי גאָר?

-- יאָ.

-- און שטארק?

-- אליין הער איך דאָך ניט, נאָר מע זאָגט, אז גאנץ נישקאָשע.

-- ער זאָגט? -- האָט א שמייכל געטאָן ארקאדי.

-- אלע.-- און טאקע דאָ האָט ער אים דערציילט: צוריק מיט דרײַ טעג איז ער געקומען אהער אין סאנאטאָרי און מע האָט אים באשטאט אין א גרויסן ליכטיקן צימער. כוץ אים, זײַנען געווען דאָרט נאָך דרײַ מענטשן, אלע--אָנשטענדיקע, װוילע. מע האָט זיך גלײַך באקאנט, איינער דעם אנדערן געפעלן און מע האָט צוזאמען גוט פארבראכט דעם אָװנט. אף מאָרגן רופט אים ארײַן צו זיך די עלטערע מעדיצין-שװעסטער, -- זי האָט אים עפּעס צו זאָגן. װאָס איז? די שכיינים זײַנע פּראָטעסטירן. קעגן װאָס? קעגן אים... סטײַטש? איר האָט אזוי גוט פארבראכט דעם ערשטן אָװנט... דעם אָװנט -- יאָ, נאָר באנאכט האָבן זי ניט צוגע- מאכט קיין אויג, אזוי האָט איר געכראָפּעט... ,װאָס זשע טוט מען מיט אײַך?"--האָט גע" פרעגט די עלטערע מעדיציןישװועסטער. ער האָט געשויגן. װאָס האָט ער געקאָנט העלפן? זי האָט לאנג געטראכט און געזאָגט: ,בא אונדז איז פאראן א ניט גרויסער צימער אף צװיי מענטשן. דערװײַל איז ער נאָך ניט פארנומען. װעלן מיר אײַך באזעצן דאָרט, און צו אײַך װעלן מיר צוזעצן עמעצן א יונגן, מיט געזונטע נערוון, אזא, װאָס שלאָפט און זעט ניט קיין כאלוימעס. גוט?" איז ער מאסקים געווען.

-- און אָט, -- האָט דער אלטיטשקער פאָרגעזעצט, -- בין איך צװויי נעכט געשלאָפן דאָ איינער אליין, װי א גראף. דעם עמעס זאָגן, װאָלט איך ניט געהאט קעגן, עס זאָל שוין אזוי בלײַבן אף װײַטער אויך. רויַק, שטיל. קיינער שטערט מיר ניט, איך שטער קיינעם ניט. װאָס נאָך דארף א מענטש אין מײַנע יאָרן? נאָר אָט זײַט איר געקומען, האָב איך אײַך געװאָרנט.

-- א דאנק פארן װאָרענען, -- האָט געענטפערט ארקאדי. ערשט איצט האָט ער פאר"י שטאנען דעם באטײַט פונעם פארבאָרגענעם שמייכל פון דער עלטערער מעדיציןישװעסטער און איר זאָג; ,דאנקען װעט איר שפּעטער". ער האָט זיך אופגעהויבן.

2--3 32

-- זיצט נאָך א װײַלע, -- האָט זיך אָנגערופן דער אלטיטשקער. -- אויב איר ווילט, על איך אײַך באלד זאָגן װאָס איר קלײַבט זיך טאָן.

-- װאָס?

-- איר ווילט גלײַך לויפן אראָפּ צו דער, מיט די רויטע האָר...

-- נו?

-- און זאָגן איר, אז אײַך איז ניט געפעלן דער צימער, ---ס'איז פאר אײַך צו ענג,.-- און אײַך איז ניט געפעלן דער שאָכן, -- ער איז צו אלט, און דערצו כראָפּעט ער נאָך. איר ווילט בעטן, מע זאָל אײַך אריבערפירן אין אן אנדער אָרט. -- די גרויע אויגן אונטערן אלטנס ברילן האָבן געגלאנצט מיט א כיטרע שמייכל, -- געטראָפן?

-- קימאט, -- האָט אויך א שמייכל געטאָן ארקאדי.

-- כ'האָב ליב מענטשן, װאָס זאָגן דעם עמעס!-- האָט אויסגערופן דער אלטער,

-- איך האָב אויך ליב אזעלכע מענטשן, --איז זיך מוידע געווען ארקאדי.

-- נו, טאָ װאָס זשע שטייט איר, װאָס גייט איר ניט? לויפט צו דער רויטער.

-- איך האָב איבערגעטראכט, -- האָט געענטפערט ארקאדי.

-- װאָס איז, דער צימער, װוילט איר זאָגן, איז אײַך יאָ געפעלן?

-- דער צימער -- ניט. נאָר דער שאָכן הייבט מיר אָן געפעלן.

-- כאָטש ער איז אן אלטער?

-- עפשער טאקע דערפאר.

-- און כאָטש ער כראָפּעט?

-- מיילע.

-- איר, יונגערמאן, זײַט מיר געפעלן פונעם ערשטן קוק, װוי נאָר איר זײַט ארײַנגעקומען.

-- טאָ לאָמיר זײַן באקאנט,

-- לאָמיר!

-- ארקאדי סאטאנאָווסקי, -- האָט דער יונגער אויסגעשטרעקט די האנט.

-- גרינבוים, -- האָט געזאָגט דער אלטער. -- אויב איר ווילט -- סעמיאָן יעווסייעוויטש, -- ער האָט א דריק געטאָן ארקאדיס האנט אזוי ווארעם און קרעפטיק, אז יענער האָט פון אָט דעם עלטערן מענטשן זיך אף אזוינס ניט געריכט.

-- און פונוואנען קומט מען אהער?--האָט א פרעג געטאָן גרינבוים.

-- פון ביראָבידזשאן.

-- זײַנען מיר דאָך זעמליאקעס! -- האָט מיט עכטער פרייד אויסגערופן דער אלטער, וי געוויינלעך, װען מע טרעפט זיך אין א פרעמד אָרט מיט א לאנדסמאן.--װוּ ארבעט איר דאָרט?

-- אפן קאָמבײַןיזאװאָד, א בריגאדיר.

-- אזא יונגער, און שוין א בריגאדיר?

-- ערשטנס, בין איך ניט אזוי יונג, -- האָט געענטפערט ארקאדי, -- שוין צעביטן דאָס זעקסטע יאָר פונעם דריטן צענדליק. צווייטנס, איז די בריגאדע בא מיר א יונגע, א קאָמיוגל- שע. און איר?

-- איך האָב א סאך יאָרן אָפּגעארבעט אף דער מעבל-פאבריק. אצינד בין איך אף פּענסיע.

-- מיט איין װאָרט, -- האָט ארקאדי זיך צעלאכט, --זאָלן לעבן די אלטע און די יונגע

קאדרען!

אף מאָרגן איז צו אים צוגעגאנגען די עלטערע מעדיצין-שװועסטער מיט דער הויכער פריזור,

-- נו, וי איז אײַך זיך געשלאָפן? -- האָט זי געפרעגט,

-- אויסגעצייכנט!

-- דער שאָכן האָט ניט געשטערט?

-- אבסאָליוט.

-- איר זעט, וי אלץ האָט זיך באקומען גוט, -- האָט זי איצט שוין אָפן א שמייכל געטאָן.

-- וויַאזוי אָבער האָט אֹיר געטראָפן, -- האָט ארקאדי בא איר געפרעגט, --אז איך זע ניט אין שלאָף קיין כאלוימעס?

--- װײיניק מענטשן זעט מען זיך דאָ אָן? א טרענירט אױג,--האָט געענטפערט די שװועסטער,

35

0

אמאָל פריילעכער, אמאָל אומעטיקער האָבן איינס נאָכן אנדערן זיך א צי געטאָן די טעג אין סאנאטאָרי. היפּש צײַט האָבן אָפּגענומען, װוי געוויינלעך, די פּראָצעדורן. עמעס, בא ארקאדין זײַנען זיי געווען געציילטע. פּראקטיש געזונט, האָט ער בלויז גענייטיקט זיך אין אָפּרו. דערפאר אָבער בא סעמיאָן יעווסייעוויטשן זײַנען זיי געווען היפּש. פארשיידענע פּראָש- קעס, פּילן, פלעשעלעך מיט רעפועס זײַנען אויך געשטאנען בא אים ניט װייניק -- פון היפּער- טאָניע, פון סטענאָקארדיע, פון לעבער-קרענק, גאסטריט. א גליק נאָך, האָט געטראכט אר- קאדי, װאָס דער שאָכן זײַנער האָט ניט ליב צו ריידן, װי געװויינלעך מענטשן אין אָט דער עלטער, וועגן זײַנע קרענק, פארקערט, ער האָט זיך גאָר געפּרוּװט ניט װיסנדיק מאכן פון זיי.

-- בא מיר איז א קלאל, -- האָט געזאָגט גרינבוים, --- װאָס װייניקער װעסט רעדן װעגן דײַנע כאלאעסן, אלץ וייניקער װעלן זיי זיך טשעפּען צו דיר,

װאָס איז שײַעך רעפועס, איז בא אים אויך געװוען א קלאל -- טיילן אף צוויי אָדער אפי- לע אף דרײַ.

-- װאָס הייסט עס? -- האָט געפרעגט ארקאדי.

-- פּאָשעט: מע שרײַבט מיר צו דרײַ פּראָשקעס א טאָג, נעם איך אײַן איינעם; צוויי פּילן אף א מאָל, --- איז אויך גענוג אײינער; א מיקסטור אלע טאָג, נעם איך איבער א טאָג.

--- איר גלייבט ניט די דאָקטוירים?

-- פארװאָס? איך גלייב זיי דאפקע יאָ. נאָר זיי זײַנען א סאך --אף יעדער קרענק א דאָקטער -- און איך בין איינער...-- דערבײַ טוט סעמיאָן יעווסייעװויטש א שמייכל, באלד לויפן זיך פאנאנדער אף זײַן פולבלעך פּאָנעם די קנייטשעלעך ארום די אױיגן אונטער די פּראָסט בארעמלטע ברילן, און עפּעס קינדערש-צולאָכעסדיקס באכיינט זײַן גאנצן אויסזען ארקאדין געפעלט עס. ביכלאל האָט ער מיט יעדן טאָג גענומען באמערקן אלץ מער אזוינס, װאָס איז אים געפעלן אין זײַן שאָכן, אָט דעם ניט הויכן, קרעפטיקן געפּאקטן מענטשן מיטן קאָפּ נאָך געדיכטע הארטלעך גרויע האָר און מיט א פול מויל אייגענע ציין, װאָס האָבן אים קיינמאָל ניט וויי געטאָן.

מיט װאָס איז אים אין לעבן זיך אויסגעקומען באשעפטיקן?--- אזוי האָט גרינבוים מיט א פראגע זיך אָפּגערופן אף ארקאדיס פראגע, װען יענער האָט זי אים אינגיכן נאָך זייער באקאנטשאפט געשטעלט, און געזאָגט:

-- אמאָל איז געװען א װערטל: סאך מעלאָכעס און װיײיניק בראָכעס". אזוי האָט עס טאקע געהאלטן אין די אמאָ- ליקע צײַטן. מײַן דאָר אָבער, און די שפּעטערדיקע דוירעס אוואדע, האָבן שוין איבערגע- קערט אָט דעם פּאָסעק פאר- קערט: מער מעלאָכעס -- מער בראָכעס!

ער האָט דערציילט: ער שטאמט פון א קליין שטעטעלע אף פּאָדאָליע, אף אוקראיִנע, הייסט עס. א שטעטעלע צװוישן א סאך אוקראינישע דערפער,

!1////20:28; '

{ לט פּונקט וי זיי, אײַנגעטונקען : 2

: א אין וועלדלעך און פרוכטיסע-

לה "שש |/ 644 644 דער -- א פּראכט! נאָר װאָס

,,6 2

קומט ארויס, אז דער טאטע זײַנער איז, וי די מערהײַט ייִדן אין שטעטל, געװוען קאפּצן אף דריקעס? -- אזי פלעגט מען עס דעמלט רופן. א מענטש אָן א באשטימטער

244

באשעפטיקונג און מיט א פולער שטוב פּיקערס. אלע ווילן עסן, און עסן איז ניטאָ װאָס. וי נאָר א ייִנגל פלעגט א ביסל אונטערוואקסן, איז גלײַך -- צו א שוסטער, צו א שנײַדער -- זיך לערנען די מעלאָכע. אים האָט מען אָפּגעגעבן צו א סטאָליער.

-- און איר האָט זיך אויסגעלערנט סטאָליערײַ?;--האָט געפרעגט ארקאדי.

-- ניט באוויזן.

עס האָבן פּונקט אָנגעהויבן אָנקומען יעדיִעס וועגן א װײַטן קאנט, װוּ מע בויט א נא- ציאָנאלן ייִדישן ראיאָן, און װוּ שטעטלדיקע ייִדן װעלן באקומען א מעגלעכקײַט צו װערן מענטשן מיט א מעלאָכע, מיט ערד, מיט אן אויסקומעניש און, דעריקער, מיט א צוקונפט פאר זייערע קינדער. אויס קאפּצעדרײַלעס, אויס לופטיהענדלער ---װוערן מיט מענטשן גלײַך! האָט מען זיך אופגעהויבן און מע איז אװװעקגעפאָרן. אפן ראזיעזדל טיכאָנקע, --אזוי האָט דעמלט געהייסן דאָס אָרט, -- איז מען געקומען מיט איינעם פון די סאמע ערשטע עשעלאָנען. געטראָפן האָט מען טײַגא, קאָטשקא, מאָשקארא.. מעשונע-װוילדע ערטער, װאָס מע האָט זי קיינמאָל ניט געזען, מעשונע-ווילדע װוערטער, װאָס מע האָט זיי קײינמאָל ניט געהערט.. אף אייניקע איז געפאלן א פּאכעד, מע האָט זיך באלד אװעקגעלאָזט צוריק. נאָר זייער מיש- פּאָכע, װי א סאך אנדערע, איז געבליבן און מע האָט פארקאשערט די ארבל. מע האָט, פאר- שטייט זיך, געכאפּט א רעכטן בידעװוע, געלעבט אין פּאלאטקעס, נאָר געקאָרטשעװעט, גע- בויט. פאר סטאָליערײַ איז דאָ נאָך געװוען פרי, מער האָט מען געדארפט טעסלערס, איז ער געװאָרן א טעסלער, דערנאָך א מוליער, שפּעטער א שטוקאטור, און מיט דער צײַט א מאליער אויך, מיט איין װאָרט --א בויער. בויער האָט מען דעמלט באדארפט!

גרינבוים האָט זיך א קער געטאָן צו זײַן יונגן שאָכן;

-- אײַך איז ניט לאנגװײַליק צו הערן אָט די אלטע מײַסעס?

-- ניין, ניין, פארקערט, -- האָט יענער געענטפערט, --מיר איז עס דאפקע אינטערע- סאנט. איך בין דאָך שוין געבוירן געװאָרן אין אָט די ערטער, ווען דאָ איז געװען א שטאָט -- אן עמעסע שטאָט. און איר ווייסט, -- האָט ער צוגעגעבן, ---איך פיל זיך קעסיידער א שטיקל באלכויוו פאר אזעלכע, וי איר, סעמיאָן יעווסייעוויטש, פאר די, װאָס זײַנען דאָ געװען די ערשטע.

-- אויב דו ארבעטסט גוט בא זיך אפן זאװאָד און פירסט אָן גוט מיט דײַן בריגאדע, -- האָט געענטפערט גרינבוים (אומבאמערקט פאר זיך אליין האָט ער זײַן יונגן שאָכן גענומען זאָגן ,דו") -- זאָלסטו וויסן, אז דו צאָלסט דעם כויוו. און אויב דיר איז אפאנעמעסן טשיקאווע דאָס, װאָס איך דערצייל, טאָ הער װײַטער. -- און ער האָט פאָרגעזעצט: -- איך בין פּאװאָליע געװאָרן א יונגאטש אין די יאָרן און האָב זיך אײַנגעליבט אין א מיידל טאקע פון אונדזערע מעקוימעס, אויך אן איבערוואנדערן. זי האָט געארבעט אין א קאָלכאָז באם אמור, א גאָלדענע מויד. אינגיכן האָבן מיר מיט איר כאסענע געהאט און איך בין אויך אריבערגעפאָרן אין קאָלכאָז. און דאָרט דארף מען האָבן טראקטאָריסטן. בין איך געװאָרן א טראקטאָריסט. און מיט דער צײַט א מעכאניקער אין עמטעעס.

גרינבוים האָט זיך אָפּגעשטעלט:

--- וויפל מעלאָכעס האָסטו שוין אָנגעצײלט?

-- מיר קלעקן שוין ניט קיין פינגער אף ביידע הענט,--האָט א לאך געטאָן ארקאדי.

-- נו, אָט, איז וויפל מעלאָכעס -- אזויפיל בראָכעס. געלעבט האָבן מיר שיין, די שטוב איז פול מיט גוטס, די עלטערן אויך באװאָרנט, דער קאָלכאָז איז געוואקסן, געװאָרן רײַכער.

אן אָנגעכמורעטער איז גרינבוים מיטאמאָל אנשוויגן געװאָרן. דערנאָך האָט ער שטיל געפרעגט:

-- נו, און װי האלטסטו, א סאָלדאט איז א מעלאָכע, צי ניט?

-- נאָך א מין!-- האָט געענטפערט ארקאדי.

-- שוין איינמאָל א מעלאָכע, האלעװײַ זאָל מען זי מער קיינמאָל ניט דארפף מיט אָט דער מעלאָכע בין איך געװוען באשעפטיקט העכער פיר יאָר--פון די ערשטע טעג און ביז די לעצטע. טאקע דאָרט, אין בערלין, האָב איך די מילכאָמע פארענדיקט. נו, און שפּעטער נאָך א פארבײַסעכץ -- מאנטשזשוריע...

-- אין װאָס פאר א טיילן האָט איר געדינט, סעמיאָן יעווסייעוויטש?

-- אין ארטילעריע.

-- און ארויס גאנץ?

-- װוי דו זעסט. עמעס, דרײַ מאָל געווען פארװוּנדעט, צוויי מאָל קאָנטוזיעט, נאָר דער קאָפּ, די הענט מיט די פיס זײַנען געבליבן מיט מיר.

35

גרינבוים האָט שטארק און אף לאנג זיך װידער פארטראכט, דערנאָך, װי אופכאפּנדיק זיך פון אָט דער פארטראכטקײַט, געזאָגט:

-- נו, און װײַטער, ווייסטו דאָך, איז געװאָרן שאָלעם אף דער וװעלט. אף מיר האָבן געווארט א װײַב און קינדער, און דער קאָלכאָז, און די געגנט, װאָס כ'האָב זי אמאָל אָנגע- הויבן בויען. בין איך צוריקגעקומען אהער. נאָר נאָך די באקומענע װוּנדן איז מיר שוין שווער געווען צו ארבעטן אפן טראקטאָר, האָב איך באשלאָסן, אז איצט אין די עמעסע צײַט צו נעמען זיך פאר מײַן גאָר ערשטער מעלאָכע --סטאָליערײַ. מענטשן באקומען גוטע דירעס, עס ליגט זיי שוין אין קאָפּ װי בעסער אָט די דירעס אויסמעבלען. בין איך אריבערגעפאָרן אין שטאָט, אָנגעקומען אף דער מעבל-פאבריק און אזוי דאָ אָפּגעארבעט פּאװאָליע די שיינע פּאָר צענדליק יאָר, אזש ביז דער פּענסיע.

גרינבוים איז ווידער ניט אף לאנג אנשוויגן געװאָרן, דערנאָך געזאָגט:

-- אף פּענסיע האָט מען מיך ארויסבאגלייט מיט גרויס פּאָטשאָט, מיט א גראמאָטע, מיט מאטאָנעס. נאָר מיין ניט, -- ביז איצט בין איך אף דער פאבריק אן אייגענער מענטש. און אן אומזיסטע פּוטיאָווקע אהער אין סאנאטאָרי האָט מיר אויך געגעבן די פאבריק,

דערציילט געװאָרן אין דאָס אלץ אין דער געדיכט פארשאָטענער לאנגער טאָפּאָל- אלייע, -- סעמיאָן יעווסייעוויטש און ארקאדי האָבן ליב געהאט זיך דורכשפּאצירן פאר אָװנט- ברויט. די אליי האָט געפירט צוֹ א היפּשער באליוסטראדע, פון וועלכער עס האָבן מיט לאנגע עטלעכע מארשן זיך אראָפּגעלאָזט די טרעפּ צום פּליאזש.

פארנאכטלעך שטיל איז געווען, קיל און לויטער. װייניק אוילעם האָט מען שוין געזען אפן פּליאזש. מיט געלאסענע כוואליעס האָט צום ברעג זיך געלאשטשעט דער יאם, און רײַטנדיק אף יעדן כוואליעכל--- דער אפּגלאנץ פון דער פארגייענדיקער זון.

א לענגערע װײַלע זײַנען זי דאָ געשטאנען, דער אלטער און דער יונגער, און געשוויגן. אלע מאָל אזוי, װען די נאטור אנטפּלעקט פארן מענטשן איר פּראכט און דערװעקט אין אים געדאנקען און געפילן, װאָס קיין װוערטער זײַנען פאר זיי ניטאָ..

דער ערשטער האָט די שטילקײַט אָנגערירט דער יונגער.

-- װועלן מיר אראָפּגײן! -- האָט ער געפרעגט.

-- אראָפּגײן קאָן מען, -- האָט דער עלטערער געענטפערט, --נאָר מע װעט דאָך דארפן ארופגיין אויך.

-- איז װאָס?

-- ווען דו װעסט האָבן אף די פּלײצעס מײַן בינטל יאָרן, -- האָט געענטפערט גרינבוים, -- וועסטו ניט פרעגן , איז װאָס?"

ארקאדי האָט זיך צעלאכט,

-- איר ווייסט, סעמיאָן יעווסייעוויטש, -- ער האָט אים ארופגעלייגט די האנט אפן אקסל, -- צומאָל פארגעס איך גאָר, אז איר זײַט מיט מיר ניט אין איין עלטער,

-- נישקאָשעדיק שעצסטו עלטערס פון זיך...

-- ניין, בעעמעס, איר פארמאָגט נאָך אינגאנצן א יונגע נעשאָמע.

-- די נעשאָמע איז יונג,-- האָט געענטפערט גרינבוים, ---װאָס קומט אָבער ארויס, אז דער גוף... אוי, דער גוף...

-- אפן גוף האָט איר נאָך אויך ניט װאָס זיך צו באקלאָגן. -- האָט געזאָגט ארקאדי.

זי האָבן פארקערעוועט צוריק אין דער טאָפּאָל-אלײע.

-- דער אוילעם גייט שוין אף אָװנטברױט, -- האָטס באמערקט ארקאדי,

--- צײַט. און װאָס איז הײַנט אין קלוב! -- האָט געפרעגט גרינבוים,

-- טענץ.

-- נו, װעלן זיי טאנצן אָן מיר. כ'האָב ניט ליב די הײַנטיקע טענץ. דו װעסט גיין?

-- ניין.

-- פארװאָס?

-- כ'האָב זיי אויך ניט איבעריקנס ליב.

-- דו?-- האָט גרינבוים זיך פארכידעשט, --א יונגערמאן זאָל ניט ליב האָבן קיין הײַנ- טיקע טענץ? װי קומט עס?

-- װאָס כידעשט איר זיך?

-- נו, מיר געפעלן ניט אָט די נײַע טענץ--די אלע ,שייקס" אוקעדוימע, װײַל כבין אן אלטער מענטש, כ'געדענק אנדערע, װאָס געפעלן מיר בעסער. אָבער דו?

-- כ'ווייס ניט, צי װעל איך עס אײַך קאָנען געבן צו פארשטיין, -- האָט זיך אָנגערופן

גי

ארקאדי, -- נאָר מיר געפעלן זיי אויך ניט, און, מעגלעך, דערפאר, װײַל ניט בא אונדז, ניט אף אונדזער ערד זײַנען זיי אופגעקומען.

-- פונוואנען זשע האָבן זיי זיך גענומען?

-- פונוואנען? פון דער פרעמד. צו אונדז זײַנען זיי פארטראָגן מיט פרעמדע וינטן..

--- אזוי מיינסטו?

-- יאָ, און פון א פרעמדער וועלט. איר זײַט מאסקים?

-- אליין האָב איך ועגן אָט די זאכן קיינמאָל ניט געטראכט, נאָר מיר דאכט, אז דו האָסט רעכט,

ארקאדי װאָלט זיך קיינמאָל ניט געריכט, אז צװישן אים און זײַן אלטן שאָכן קאָן זיך געפינען אזויפיל אלגעמיינס. מיט יעדן טאָג איז אלץ מער פארשװוּנדן דער אײַנדרוק װעגן אים, װי וועגן אן אלטיטשקן. די נעשאָמע איז בא אים טאקע געװוען א יונגע, זי האָט ארויס- געלויכטן פון זײַנע אויגן, געלאָזט זיך פילן פון זײַנע קרעפטיקע הענט, פון זײַן גאנצן פעסט געזעצטן און פעסט אף דער ערד שטייענדיקן קערפּער. צוזאמען מיט ארקאדין פלעגט סעמיאָן יעווסייעוויטש ניט דורכלאָזן קיין איין פילם אין קלוב, קיין איין עקסקורסיע, לעקציע. נאָר אף טענץ פלעגט ער ניט גיין. א ,פריילעכס", אן אוקראינישן ,האָפּאק" װאָלט ער נאָך איצ- טער אויסגעטאנצט מיט פארגעניגן, אָבער די הײַנטיקע טענץ, ניין,--זיי זײַנען ניט פאר אים. און אים האָט בעפיירעש געפרייט, װאָס אויך אין דעם איניען, װײַזט זיך ארויס, האלט מיט אים זײַן יונגער שאָכן. דאָס איז געװוען פאר אים אפילע אומגעריכט, פּונקט װי פאר יענעם איז געווען אומגעריכט, װאָס אין א סאך אנדערע זאכן איז סעמיאָן יעװסײיעװיַטש מאסקים מיט אים,

זעענדיק זיי אָפּט צוזאמען, האָבן אנדערע אָפּרוענדיקע געכידעשט זיך: וועגן װאָס האָבן עס צו ריידן אזוי פיל אָט די צוויי -- דער אלטער און דער יונגער? אייניקע האָבן, קוקנדיק אף זיי, געהאלטן, אז דאָס זײַנען א טאטע מיט א זון. פרויען, באזונדערס די, װאָס זײַנען געקומען אין סאנאטאָרי ניט לאנג און האָבן נאָך ניט געהאט קיין מאנצבלשע קאָמפּאניע, האָבן, פארבײַגייענדיק, געצוקט מיט די אקסל: אזא יונגער און שפּאצירט די גאנצע צײַט ארום מיט עפּעס אן אלטיטשקן... איינע פון די מער ,ספּריטנע", פון די, װאָס קאָנען קיין ,אוולעס" ניט פארלײַדן, האָט איינמאָל אפן פּליאזש, װוּ מע האָט זיך ארויסגעוויזן באנאנד ליגנדיק און מע האָט א ביסל געפּלאפּלט וועגן פארשיידענע נארישקײַטן, צום סאָף א פרעג געטאָן:

-- זאָגט מיר, פארװאָס שפּאצירט איר די גאנצע צײַט מיט אָט דעם אלטיטשקן?

-- װאָס איז דען? ו

-- מיט אים איז אײַך אינטערעסאנט?

-- מיסטאמע.

-- אינטערעסאנטער, איידער ס'װאָלט זײַן, לאָמיר זאָגן, מיט א יונגער פרוי?

-- איר קאָנט מיר אזא רעקאָמענדירן?-- האָט געפרעגט ארקאדי.

-- פארװאָס ניט?

-- וועמען, אשטייגער?

זי האָט קאָקעטיש א שפּיל געטאָן מיט די אויגן:

-- איך װאָלט אײַך ניט צוגעגאנגען?

-- איך האלט ניט פון קיין פרויען, װאָס באָטן זיך אליין אָן.

-- נאכאל! -- די פּליאזשניצע האָט באליידיקט א כאפּ געטאָן דאָס אָנטאָן און איז אוועק. מער האָט ער זי ניט געזען.

סעמיאָן יעווסייעװיטש און ארקאדי האָבן פּאמעלעך זיך אופגעהויבן אף די טרעפּ, װאָס פירן אינעם ראכוועסדיקן וועסטיביול. ער איז שוין פול געווען מיט אוילעם. מע איז געגאנגען אין עסיזאל מיט די געגרייטע טישן צום אָװנטברױט. אף די טרעפּ האָט זיי אָנגעיאָגט א יונגע העל בלאָנדע פרוי אין א בלאנקענדיק װײַס קלייד. זי האָט געגעסן באם שכיינישן טיש, פלעגן זיי דעריבער זיך גריסן, אמאָל דורכווארפן זיך מיט א װאָרט. זיי האָבן זיך איצט אויך באגריסט און די בלאָנדע האָט געזאָגט:

-- ניט עמעס, א זעלטענער טאָג הײַנט געװען? צום ערשטן מאָל פאר אָט דער װאָך..

-- יאָ, -- האָט צוגעשטימט ארקאדי.

א קער טוענדיק זיך צו ביידן, האָט זי געפרעגט:

-- אין קלוב אף טענץ װעט איר הײַנט גיין?

סעמיאָן יעווסייעוויטש האָט א שמייכל געטאָן:

37

-- דאָס פרעגט איר בא מיר?

איר איז געפעלן זײַן איראָנישער טאָן.

-- בא אײַך אויך. -- האָט זי געענטפערט, א שײַן טוענדיק מיט א כיינעװודיקן שמייכל.

-- מוז איך אײַך אנטוישן, -- האָט געזאָגט סעמיאָן יעווסייעוויטש, -- איך װעל הײַנט אין קלוב ניט זײַן.

-- א שאָד... -- מיט א שמייכלענדיקן מוילווינקל אָפּגעגעבן רעכט סעמיאָן יעווסייעוויטשס כאָכמע, האָט זי זיך געווענדט צו ארקאדין:

-- און איר?

-- איך אויך ניט,

-- פארװאָס?

-- פּאָשעט, עס ווילט זיך ניט.

-- מאָדנע!-- האָט זי א צי געטאָן. -- אנטשולדיקט! -- און איז אוועק פאָרויס. אֹ

ארקאדי און סעמיאָן יעווסייעװויטש האָבן זיך געלאָזט גיין צו זײיער טיש, װאָס איז געשטאנען אינדערמיט פונעם גרויסן, שוין אף דרײַ פערטל פארפולטן, העל באלויכטענעם און צוגעטויבט רוישנדיקן זאל.

נאָך אָװנטברױט האָבן זיי זיך נאָך א פּאָר מאָל דורכשפּאצירט אין דער טאָפּאָליאלײע און זיך אופגעהויבן אין זייער צימערל אפן דריטן שטאָק. ס'איז געווען אזוי ענג דאָס צימערל, אז צװישן ביידע בעטן איז געבליבן אָרט בלויז פאר א ניט גרויס שאפקעלע. אף דעם איז געשטאנען א טיש-לאָמפּ אונטער א גרינעם אבאזשור און פון ביידע זײַטן לאָמפּ זײַנען גע- לעגן צײַטונגען, עטלעכע ביכער און זשורנאלן, װאָס ארקאדי און סעמיאָן יעװוסייעװויטש האָבן געלייענט,

אויך דאָס מאָל האָבן זי גאנץ שפּעט זיך פארלייענט, ביז גרינבוים האָט דער ערשטער אוועקגעלייגט דעם בוך, און, ארופציענדיק העכער אף זיך די קאָלדרע, א פרעג געטאָן:

-- מאכן מיר נאכט?

-- מע קאָן, ---האָט ארקאדי געענטפערט. אין א פּאָר מינוט ארום האָט ער אויך אװועק- געלייגט דעם בוך און אױיסגעשלאָסן די שײַן.

אין דער שטילער טונקלעניש פונעם צימער האָט אין א לענגערער װײַלע ארום זיך דערהערט:

-- שלאָפסט, ארקאדי?

-- ניין,

שטיל,

-- װאָס איז?

-- טאָמער װעל איך אָנהייבן שטארק כראָפּען, טו מיך א טאָרע, װעל איך זיך אויסדרייען אף א זײַט. אף דער זײַט איז עס ניט אזוי געפערלעך.

-- שלאָפט אײַך רולק, סעמיאָן יעווסייעוויטש, -- האָטס ארקאדי זיך צעלאכט, -- כראָפּעט וויפל איר ווילט און זאָל אײַך װויל באקומען!

-- אָט א שאָכן האָט מיר גאָט געשיקט, -- האָט געזאָגט דער אלטער, -- פונעם אייגענעם װײַב האָב איך קיינמאָל אזעלכע גאָלדענע רייד ניט געהערט... א גוטע נאכט!

7

געהיימניספול, קיל האָט אין אָפּענעם פענצטער ארײַנגעאָטעמט די נאכט. די בלעטער- קרוינען לענגויס דער טאָפּאָליאלײע האָבן פײַכט אָפּגעגלאנצט. פון דער הייך פונעם דריטן שטאָק איז צו זען געווען אין צעעפנטן פענצטער, װי אף יענער זײַט אלייע פּלױשט סוידעס- פול דער יאם. אין אױסגעלײַטערטן הימל איז הויך געשטאנען די לעװאָנע. א זילבערדיק פינקלענדיקע סטעזשקע האָט אף דער העלפט געשפּאָלטן דעם יאם.

סעמיאָן יעווסייעוויטש און ארקאדי האָבן אונטן, אין צוגעשאָטנטן זאל, שוין לאנג אויס- געטרונקען צו גלעזער קאלטן קעפיר --- די לעצטע , פּראָצעדור", װי מע האָט עס גערופן, אין דער טאָג-צושרײַבונג פונעם סאנאטאָריירעזשים, זיך אופגעהויבן אהער, אין זייער צימערל אפן דריטן שטאָק, און, ניט אָנצינדנדיק קיין שײַן, זיך פארקוקט אינעם העלן דרויסן. עס האָט זיך ניט געװאָלט גאָרניט טאָן, שװײַגן האָט זיך געװאָלט... און אוב ריידן, איז װעגן עפּעס טיף פארבאָרגנס, אזוינס, װאָס געוויינלעך ברענגט מען עס פארן מױל ניט ארויס.

-- ארקאדי, -- האָט שטיל זיך אָנגערופן גרינבוים.

פארטראכט וועגן עפּעס, האָט יענער ניט באלד זיך אָפּגערופן, זיך א כאפּ געגעבן:

38

-- הא? װאָס?

-- וועגן וועמען האָסטו זיך אזוי פארטראכט, ארקאדי?

-- ס'איז א כיָעוו -- וועגן וועמען?

-- איז וועגן װאָס?

-- אזוי זיך. וועגן גאָרניט,

שטיל.

אין א לענגערער װײַלע ארום:

-- איך וויל בא דיר עפּעס פרעגן, ארקאדי. י

-- פרעגט,

-- וועסט זיך ניט באליידיקן?

-- אף אײַך באליידיקן זיך? קײינמאָל.

-- פארװאָס?

-- באליידיקן קאָן מען זיך אף א פרעמדן, ווען ער פּרוּװוט דיר קריכן אין דער נעשאָמע.

-- און איך?

--איר... -- ארקאדי האָט זיך צוגעזעצט אפן בעטל אנטקעגן זײַן שאָכן. אין דער טונקלע- ניש פונעם צימער האָבן זיי איינער באם אנדערן געזען בלויז די קאָנטורן פון די פּענעמער, און אזוי איז ארקאדין לײַכטער געווען צו זאָגן דאָס, װאָס ער האָט געװאָלט. ---איר, סעמיאָן יעווסייעוויטש, זײַט מיר ניט קיין פרעמדער. ס'איז עפשער מאָדנע: נאָך קיין צוויי װאָכן ניטאָ, װי מיר קענען זיך, נאָר איר זײַט מיר געװאָרן פאר אָט די טעג מיט עפּעס אייגן, זייער אייגן, װוי... -- בא ארקאדין האָט א ציטער געטאָן דאָס קאָל, -- וי א פאָטער...

-- יאָ? -- בא גרינבוימען האָט אויך א ציטער געטאָן דאָס קאָל. --װי האָסטו געזאָגט?

-- װוי א פאָטער.

-- אזוי גאָר! נו, א דאנק! זין האָב איך, אלע שוין פון לאנג כאסענע געהאטע, מיט אייגענע מישפּאָכעס, װעסטו זײַן א פערטער, דער מיזיניק...

-- איר האָט ניט קעגן?--האָט געפרעגט ארקאדי.

-- פארװאָס דארף איך האָבן קעגן? ביפראט, אז... זאָגן דיר דעם עמעס?

-- זאָגט,

-- ביפראט, אז קיין איינער פון מײַנע זין, ווען זיי זאָלן דאָ זײַן מיט מיר, אשטייגער, כאָטש אלע האָבן זיי ליב און שעצן מיך, מיין ניט, -- קיין איינער װאָלט מיר ניט אָפּגעגעבן קאָװעד, וי דו.

-- װאָס הייסט?

-- אָט דאָס האָב איך טאקע געװאָלט בא דיר פרעגן.--גרינבוים האָט זיך אופגעהויבן, געמאכט א פּאָר שפּאן איבערן צימער, ווידער זיך צוגעזעצט און א ריר געטאָן ארקאדין בא דער קני.-- אלע אָװנטן פארברענגסטו מיט מיר. אין קלוב, אפן טערענקור גייען מיר אויך צוזאמען.

-- איז װאָס?

-- איז װאָס? פארן קאָװעד, װאָס דו גיסט מיר אָפּ, א דאנק! איך בין זייער צופרידן. אָן דיר װאָלט מיר טאקע געווען א סאך לאנגװײַליקער. איך בין אָבער אן אלטער דיעד, טאָ װאָס װאָזגעסטו זיך מיט מיר! ביסט דאָך א יונגער באָכער! סאמע די צײַט צו ברענען א װעלט! מיינסט, איך זע ניט, װי יונגע מיידלעך פארקוקן זיך אף דיר! און נאָך װאָס פאר א מיידלעך! זיי באָטן זיך דיר מאמעש אָן. און דו--- װי ניט דיך מיינט מען..

-- דאָס איז טאקע די מײַסע, װאָס זיי באָטן זיך אָן.

-- איז װאָס?

-- כ'האלט ניט פון אזעלכע.

-- האלטסט פון אזעלכע, װאָס מע דארף זיך אָנבאָטן צו זיי?

-- גיכער שוין אזוי.

-- טוסטו דאָך דאָס אָבער אויך ניט. ס'װואָלט ניט אויסגעמאכט, -- האָט אויסגערופן גרינ- בוים, -- ווען דו ביסט, כאָלילע, עפּעס א ניונקעלע, א שוואכלינג. נאָר װעדליק דו דערציילסט מיר, װאָס עס טוט אוף די בריגאדע, װוּ דו ביסט בריגאדיר, זײַט איר דאָרט אלע, -- און דו דער ערשטער--ניט קיין פארשלאָפּענע. א יאט--א כוואט! און אז עס קומט צו מיידלעך, שטייען די פערד אונטערן בארג... װאָס איז די מײַסע, ארקאדי?

-- סעמיאָן יעווסייעוויטש, אלץ אין לעבן, זאָלט איר וויסן, האָט א סיבע,

-- דאָס פארשטיי איך, -- האָט יענער געענטפערט, -- אין װאָס זשע באשטייט זי, די סיבע!

-- איר מיינט, מע קען עס אזוי לײַכט דערקלערן?

39

-- וי דו װוילסט, פארשטייט זיך. קיין רעכט צו צווינגען דיך האָב איך ניט. נאָר ס'איז מיר א כידעש, האָב איך געפרעגט, באליידיק זיך ניט,

ארקאדי האָט לאנג געקוקט אין אָפּענעם פענצטער אריבער די פײַכטע קרוינען פון דער טאָפּאָל-יאלײע, צום יאם, װאָס האָט אזוי סוידעספול געפּלױשט, א צעשפּאָלטענער אף דער העלפט מיט דער לעװאָניקער סטעזשקע. אין א לענגערער װײַלע ארום האָט ער שטיל זיך אָנגערופן:

-- וועגן דעם האָב איך ניט ליב צו ריידן. כידערצייל עס קיינמאָל קיינעם ניט. נאָר אײַך..

ניט קיין פריילעכע געשיכטע האָט ארקאדי דערציילט זײַן שאָכן.

געוואקסן איז ער בא דער באָבע. פארװאָס! די עלטערן בא אים זײַנען געװען שטארק פארנומענע מענטשן, -- אזוי האָט עס אים די באָבע דערקלערט, -- שטענדיק פארטאָן אין זייער ארבעט. דער טאטע --א געאָלאָג, האָט מען אים צו האלבע יאָר ניט געזען אין דער היים, פאר- פאלן געװאָרן אין װײַטע עקספּעדיציעס, ,ערגעץ אין אױסרײַסעניש", װי די באָבע פלעגט זאָגן. אהיים קומען פון אָט די עקספּעדיציעס פלעגט ער ניט אף לאנג, און אויך דעמלט קיין שטובזיצער ניט געװוען. ,ראק סע טראָגט אים ארום!"--- פלעגט די באָבע זיך קלאָגן און מיט פאריבל טײַנען צו אים: ,װאָס קומט מיר, דער אלטער מאמע, אויב איך וויל א ביסל זיך אָנ- קוקן אף מײַן זון! מישטײינסגעזאָגט, ווען זע איך אים!" און נאָך פלעגט זי צוגעב: , מער האָב איך דאָך קיינעם ניט"... דער מאן אירער, ארקאדיס זיידע, און צוויי עלטערע זין, זײַנע פעטערס, האָבן זיך ניט אומגעקערט פון דער מילכאָמע. איז איר געבליבן ער איינער, דער מיזיניק, ארקאדיס פאָטער. נאָך א טײַנע האָט זי צו אים געהאט: , פארװאָס זאָלסטו ניט װעלן כאָטש א ביסל פארברענגען מיט דײַן אייגן קינד אויך? אבי מע האָט עס געלאָזט אף דער באָבע... און א פאָטערס, א מוטערס לאסקע װוּ איז?"

יאָ, קיין מוטערס לאסקע האָט ער, ארקאדי, פון קליינװײַז אוף אויך ניט געזען. א שיינע, א שטאלטנע פרוי מיט א הויך אָנגעלאָקנטער בלאָנדער פריזור --אזא געדענקט ער זי, אָנ- געטאָן קעסיידער ,, טשאקנדיק און קנאקנדיק", -- אזוי פלעגט זאָגן די באָבע, --- איז זײַן מוטער שטענדיק געווען פארנומען אף איר ארבעט אין דער פארוואלטונג פון א בוייטרעסט, װוּ זי האָט אין פארשיידענע צײַטן פארנומען פארשיידענע שטעלעס--א סעקרעטאר-מאשיניסטקע, א כעזשבן-טוערן, א געהילפס-בוכהאלטער. ווען ארקאדי איז נאָך געווען גאָר א קליינינקער, פלעגט די מאמע זײַנע נאָך דער ארבעט ארײַנלויפן צו דער באָבע אף א מינוט, א כאפּ טאָן אים אף די הענט, צעקושן אין ביידע בעקלעך און אנטלויפן. פאר דעם פלעגט זי נאָך בא- װײַזן א זאָג טאָן:; , מאמאשע, איך האָף, אז מיט ארקאשענקען איז אלץ אין אָרדענונג?" פאר- שטייט זיך, אלץ איז געווען אין אָרדענונג... די באָבע פלעגט מיט ווארעמער וואסער אָפּוואשן די שפּורן פון דער מאמעס געפארבטע ליפּן אף ארקאשעס בעקלעך און אומצופרידן װאָרטשען וועגן , הײַנטיקע מאמעס". און נאָך פלעגט די באָבע זיך קלאָגן? ,ראק מע יאָגט, ראק מע לויפט. שטארבן װעט מען אויך ניט האָבן ווען"..

איינע פון ארקאדיס גאָר ערשטע קינדערשע דערמאָנונגען: ער האלט אין איין אופליען.. הויך-הויך פליט ער אוף, ביז צו דער סטעליע, און לאָזט זיך אראָפּ אפן טאטנס אויסגעשטרעק- טע שטארקע הענט... און װוידער פליט ער אוף, און װוידער כאפּן אים אוף דעם טאטנס הענט, בא אים פארכאפּט דעם אָטעם פון שרעק און פרייד, ער לאכט, און די מאמע -- פונויבן זעט זי אויס אזא קליינינקע --לאכט אויך... אזוי איז עס שוין אף שטענדיק פארבליבן בא אים אין זיקאָרן -- א געמישט געפיל פון שרעק און פרייד, און ביז איצט קלינגט בא אים אין די אויערן יענער גליקלעכער געלעכטער...

נאָר מער האָט זיך אין זײַן לעבן אזוינס ניט איבערגעכאזערט. ער געדענקט ניט נאָך א פאל, ווען דער טאטע אָדער די מאמע זאָלן אים האלטן אף די הענט. דערפאר געדענקט ער אָט װאָס: ער איז שוין דאן געווען א היפּש ייַנגל, געלערנט זיך אין פינפטן קלאס, ווען אף זײַן פראגע -- פארװאָס קומט ניט אזוי לאנג דער טאטע?--האָט די באָבע געענטפערט: ,אזוי גיך װועט ער ניט קומען, ארקאשענקע, ער איז אין זייער א װײַטער עקספּעדיציע"...

די מאמע איז געווען אפן אָרט, פלעגט ארײַנקומען, עמעס, אלץ זעלטענער צו אים און דער באָבע, און ס'האָט אויסגעזען, װי זי זאָל אויך זײַן פון זיי ערגעץ זייער װײַט... די ער- שטע צײַט האָט עס ארקאדין קיין גרויס אגמעסנעפעש ניט פארשאפן, ער איז געװווינט געווען לעבן אָן די עלטערן. אבי די באָבע, די הארציקע באָבע, איז מיט אים. נאָר אָט האָט ער אָנגע- הויבן באמערקן אלץ אָפּטער בא דער באָבע אין די אויגן טרערן. געזען -- זי וויל זיי פון אים אויסבאהאלטן און קאָן ניט.

-- װאָס וויינסטו, באָבע? -- האָט ער בא איר איינמאָל געפרעגט,

40

-- ס'איז גאָרניט, -- האָט זי געפּרוּװוט בארויִקן אים און אפגיך אויסגעװוישט די אויגן, -- ס'אזוי זיך, -- דו וויינסט דאָך אָבער פאָרט! -- ס'איז ניט איך, קינד מײַנס, די אויגן אליין וויינען, -- פארװאָס? -- אלטע אויגן, וויינען זיי, -- און פארװאָס האָבן זיי פריער ניט געוויינט? -- פריִער זײַנען זיי דאָך ייַנגער געווען.. נאָר דאָס, װאָס פון אים האָט געפּרוּװוט אויסבאהאלטן די באָבע, האָט ער זיך דערװוּסט פון די כעוורע אין שול. מיט אים אין קלאס האָט זיך געלערנט איינער א סאנקע אָקון --אן אױיסװוּרף, א בארימער און א באריידער, מיט אלעמען פלעגט ער זיך פארטשעפּען, קיינעם ניט געלאָזט צורו. בא די כעוורע פון די ייַנגערע קלאסן פלעגט ער אויסנארן אָדער פּאָשעט אָפּנעמען דאָס קליינגעלט, װאָס מע האָט יענע געגעבן אף פרישטיק. איינמאָל האָט אזוינס צו- פעליק צוגעזען ארקאדי. איז ער צוגעגאנגען צו סאנקען: -- אנו, גיב אָפּ טייקעף דאָס געלט, --האָט ער באפוילן. יענער האָט זיך בייז אויסגע- לאכט אף אים: -- וער ביסטו, זאָלסט מיט מיר קאָמאנדעווען? -- גיב אָפּ! -- און אָט דאָס האָסטו געזען? -- סאנקע האָט געמאכט א װוּלגארן זשעסט, -- נא, צעבײַס.. אויסער זיך האָט ארקאדי א שפּרונג געטאָן אף סאנקען, איבערגעקערט אים, ארויסגעריסן די צוואנציק קאָפּעקעס פון זײַן פארקוועטשטער שווייסיקער דלאָניע און אָפּגעגעבן דעם קליי- נינקן ערשטקלאסניק, וועלכער האָט מיט שרעק און נײַגער דאָס אלץ צוגעזען, -- נא, גיי פרישטיק, -- האָט געזאָגט ארקאדי און זיך געלאָזט אוועקגיין. -- אך דו, פּאדלע! -- האָט, אופהייבנדיק זיך, א געשריי געטאָן סאנקע, -- קאָמאנדעווען? שלאָגן זיך? ווארט! און װוּ דײַן טאטע איז, ווייסטו? ארקאדי האָט זיך אָפּנעשטעלט: -- דײַן דײַגע -- וועגן מײַן טאטן? --- מײַן דײַגע? אָבער װוּ איז ער, פרעג איך. -- אין עקספּעדיציע, -- האָט געזאָגט ארקאדי. -- אין עקספּעדיציע?! כא-כא... -- ס'איז געווען אף דער גרויסער האפסאָקע, ארום זיי האָבן זיך צונויפגעקליבן א סאך שילער. --- אין עקספּעדיציע, זאָגט ער, -- האָט סאנקע מיט געלעכ- טער זיך געװוענדט צו זיי. און צו אים: -- ווייס, אז דײַן טאטע װעט זיך שוין מער צו דיר ניט אומקערן. ער האָט אװעקגעװאָרפן דײַן מאמע און דיך, יאָ, יאָ... אװעקגעװאָרפן, אװעקגעװאָרפן, אװעקגעװאָרפן!.. ארקאדין אין קאָפּ האָט א שלאָג געטאָן א היץ. ער האָט ניט גע- דענקט, װוי ער האָט זיך נאָכאמאָל א װאָרף געטאָן אף סאנקען, גע- דענקט בלויז, װי ער ליגט אֹף יענעם און מעלויצעט, מעלויצעט מיט די פויסטן װוּ נאָר ער טרעפט. מיטאמאָל האָט ארקאדי דערפילט אֹף זיך עמעצנס שטאר- קע האנט, װאָס האָט אים אָפּגע- ריסן פון סאנקען, אופגעשטעלט. דאָס איז געווען דער לערער פון פיזקולטור איוואן אניסימאָוויטש. -- װאָס איז געשען! -- האָט יענער שטרענג א פרעג געטאָן: -- ער זאָגט.. ער זאָגט, אז מײַן טאטע האָט אונדז.. גע- װאָרפן... -- דערפאר האָסט אים גע- שלאָגן?

-- זאָל ער ניט לײַגן!

-- נאָר דײַן טאטע איז ווירקלעך זיך פאנאנדערגעגאנגען מיט דײַן מאמען, -- האָט פּראָסט און רויַק געזאָגט איוואן אניסימאָװויטש. דעריקער, ער האָט געזאָגט וועגן דעם, װי וועגן עפּעס א גאנץ געוויינלעכער זאך. ארקאדי האָט אופגעהויבן אף אים א בליק פול מיט שרעק:

-- פאנאנדערגעגאנגען?

-- יאָ, -- האָט נאָך רויַקער געענטפערט דער לערער, ---אלע ווייסן עס.

-- אלע?! -- פײַל-אויסן-בויגן האָט ארקאדי זיך געלאָזט לויפן פונעם שול-הויף,

דאָס איז געווען דער ערשטער שטיין, װאָס דאָס לעבן האָט געװאָרפן אין זײַן ניט באשיצט, נאָך מיט גאָרניט אױסגעפּרוּװט הערצל. צו גרויס איז געווען דער שטיין, צו קליין דאָס ייַנגלשע הערצל, האָט עס געצאפּלט אונטער דער אומגעריכטער לאסט, געװאָרפן זיך אין אלע זײַטן, ניט געװוּסט װאָס צו טאָן מיט זיך. איינס, יאָ, -- דער באָבען האָט ער ניט געזאָגט, אז ער ווייסט שוין... דערוף האָט אים געקלעקט שוין דאן אי קויעך, אי פארשטאנד. זאָל זי ניט וויסן, אז ער + ווייסט, װעט איר זײַן לײַכטער. זי האָט דאָך אים אויך ניט אױיסגעזאָגט,

און דער טאטע? װאָס האָט ער געקאָנט איצט קלערן וועגן אים? וויַאזוי האָט יענער געקאָנט איבערלאָזן אים, זײַן זון, די מוטער, די באָבע? װי געקאָנט? באנאכט, ליגנדיק אף זײַן געלע- גער מיט שלאָפּלאָזע צעעפנטע אויגן, האָט ארקאדי זיך פאָרגעשטעלט: אָט װעט ער א ביסל אונטערוואקסן, װעט ער זיך לאָזן זוכן דעם טאטן אין יענעמס װײַטע עקספּעדיציעס. ער װועט אים אָפּזוכן כאָטשבי אין עק וועלט און װעט אים פרעגן איינס: ,ויַאזוי האָסטו געקאָנט!? און מער גאָר. און װעט אוועק פון אים. יענער װעט אים נאָכשרײַען, נאָכלױפן, פּרוּוון דערקלערן. נאָר ער, ארקאדי, װעט זיך אפילע ניט אומקוקן.

ארקאדי האָט זיך נאָך געלערנט אין שול, אין זיבעטן קלאס, ווען די מאמע האָט כאסענע געהאט. ס'הייסט, קיין כאסענע איז ניט געווען, זי אין פּאָשעט זיך צונויפגעגאנגען מיט א מענטשן, היפּש עלטער פון איר, אן אינזשעניער פון דער בוייפארוואלטונג, װוּ זי האָט גע- ארבעט. בא יענעם איז געשטאָרבן דאָס װײַב און געלאָזט אים צוויי קינדער ---א זון פון פופצן און א טאָכטער פון צוועלף יאָר. א היפּשע צײַט נאָך אָט דעם צונויפגיין זיך, איז די מאמע איינ- מאָל געקומען צו אים און דער באָבע אין שטוב און מיט א טאָן, וי גאָר קיין אויסערגעוויינ- לעכס זאָל ניט געשען, א זאָג געטאָן צו ארקאדין;

-- פארװאָס קומסטו ניט ארײַן אמאָל באקאנען זיך מיט דײַן ברודערל און שװעסטערל?

ארקאדי האָט זיך פארהאקט אין א ווינקל, ארויסגעקוקט פון דאָרט מיט א בליק פון א פאריאָגט כײַעלע און ניט געגלייבט זײַנע אױיערן: ויַאזוי קאָן מען ברענגען אזעלכע ווערטער פארן מויל? און ויאזוי קאָן מען קוקן דערבײַ אזוי רויַק און אומפארשעמט?

אויסער זיך האָט ארקאדי א געשריי געטאָן און איז ארױיסגעלאָפן פון שטוב. ער האָט אליין ניט געװוּסט, וויַאזוי האָט אזא מיִעס װאָרט זיך געקאָנט ארױיסרײַסן בא אים פון מויל.

-- שליוכע! -- האָט ער א געשריי געטאָן.

צופעליק איז עס ניט געווען. פון דער באָבעס אייניקע אומקלאָרע אָנדײַטונגען, פון דעם, װאָס ער האָט פון מאָל צו מאָל געהערט פון אנדערע, האָט ער שוין צו יענער צײַט געװוּסט עפּעס-װאָס וועגן זײַן מוטער. ניט אומזיסט, װײַזט זיך ארויס, האָט זי שטענדיק אזויפיל אכט געלייגט אף אירע שיינע פריזורן, אזוי ,קנאקנדיק און טשאקנדיק" זיך געקליידט, ניט אומזיסט קיינמאָל קיין צײַט ניט געהאט פאר איר זון, ווען ער איז נאָך געווען גאָר א קליינינקער, און אויך שפּעטער. אין די לאנגע כאדאָשים, װוען ארקאדיס פאָטער איז געווען אין די עקספּעדי ציעס, האָט די מאמע זײַנע זיך איבעריקנס ניט געלאנגװײַליקט. צװישן די, מיט ועלכע זי פלעגט גאנץ פריילעך פארברענגען די צײַט, איז געווען אויך דער אינזשעניער, א מענטש היפש עלטער פון איר, מיט וועלכן זי איז איצט זיך צונויפגעגאנגען. די פארבינדונג צװישן זיי האָט זיך שוין געצויגן לאנג, און א סװאָרע, אז טאקע אָט די פארבינדונג, וועגן וועלכער בא זיי, אין דער בוי-פארוואלטונג, האָבן אלע געװוּסט, האָט געהאט ניט קיין קליינעם כיילעק אינעם טויט פונעם אינזשעניערס פרוי.

און נאָך א זאך איז איצט קלאָר געװאָרן דעם יינגל, א זאך, װאָס האָט װידעראמאָל איבערגעקערט אלע זײַנע פאָרשטעלונגען װעגן די אייגענע טאטע-מאמע. װײַזט זיך ארויס, דער פאָטער האָט זיי פארלאָזט נאָך דעם, װי ער האָט זיך דערװוּסט וועגן דער מאמעס פאר- בינדונג מיטן אינזשעניער. נאָך מער, װוי נאָר ער האָט זיך דערװוּסט וועגן דעם, האָט ער גלײַך קיין באשלוס ניט אָנגענומען, בלויז געװאָרנט, דערצו זאָל נעמען א סאָף. זי האָט צוגעזאָגט, נאָר דעם צוזאָג ניט אויסגעפילט. דאן האָט דער פאָטער זיי פארלאָזט. נאָר אויב אזוי, -- האָט דער קליינער ארקאדי געקערט שװוערע געדאנקען אין זײַן ייַנגלשן מויעך, -- איז דער טאטע ניט שולדיק -- פארקערט, ער איז באאוולט, ניט מער. זי, די מאמע אליין, איז די שולדיקע אין

42

אלע אומגליקן... אָט דאָס אלץ האָט בא ארקאדין זיך ארויסגעריסן אינעם מיִעסן װאָרט, װאָס ער האָט א שמיץ געטאָן דער מוטער.

און ער? אין אים האָבן אי דער פאָטער, אי די מוטער פארגעסן, װי ער זאָל גאָר ניט זײַן אף דער וועלט. אָפּגעגעבן דער באָבען, און -- פּאָטער... די מאמע האָט א צווייטע מיש- פּאָכע, דער טאטע מיסטאמע אויך. מע לעבט צוליבן אייגענעם פארגעניגן. און װועמענס איז ער? װער דארף אים? וועמען איז ער נײיטיק? קיינעם. קיינעם אף דער וועלט... אויב אזוי, אפצו- לאָכעס טאטע-מאמע, אפצולאָכעס זיך אליין, אפצולאָכעס אלעמען װעט ער אופהערן לערנען. ווער דארף עס? צו װאָס? גאָר האָט קיין וערט ניט און ס'איז צו גאָרניט קעדײַ צו שטרעבן. ער האָט אופגעהערט גרייטן לימודים, זיך סקאָמפּאניעװעט מיט שלעכטע כעוורע, אָנגעהויבן רייכערן, אפילע צו ביסלעך טרינקען, שיר ניט געכאפּט געװאָרן בא א גנייווע... מיט מיליציע האָט מען אים אהיים געבראכט צו דער באָבען. ער האָט דערזען, װאָס מיט איר איז געװאָרן פאר די לעצטע פּאָר טעג, װאָס ער האָט ניט גענעכטיקט אין דער היים, און ער האָט פאר- שטאנען: אף דער ועלט איז יאָ פאראן א מענטש, וועמען ער איז נייטיק, בא וועמען עס טוט וויי אף אים דאָס הארץ, -- דער באָבע האָט ער געגעבן דאָס װאָרט, אז װײַטער װעט ער אלץ טאָן, װי מע דארף. ער האָט גוט פארענדיקט דעם אכטן קלאס. ארקאדי װאָלט געוויס געלערנט אויך װײַטער, ווען ניט נאָך איין אומגליק, דער גרעסטער אין זײַן לעבן: געשטאָרבן די באָבע... דער איינציקער מענטש, װאָס האָט אים געדארפט, און װאָס ער --אצינד ערשט האָט ער עס אזוי קלאָר פארשטאנען, -- האָט געדארפט זי. איינער אליין איז ער פארבליבן אף דער וועלט. ארום -- ליידיק, פּוסט... אָט דאָס האָט ער געפילט, שטייענדיק באם פרישן קייווער.

די מוטער איז אויך געווען אף דער לעװײַע. זי איז דאָרט צוגעגאנגען צו אים:

-- ארקאשע, װעסט לעבן בא אונדז,--זי האָט זיך פאריכט:--בא מיר. ער האָט ניט געענטפערט, בא זיך א טראכט געטאָן: קיינמאָל! ער װעט אװעקפאָרן צום טאטן. ער װועט אים אָפּזוכן. יענער איז דאָך ניט שולדיק. אָדער עפשער גאָר.. ער האָט ניט געװוּסט, װאָס ער וועט טאָן. אין זײַן ייַנגלשן מויעך האָבן זיך געשטויסן צעשטרייטע, צעטומלטע געדאנקען. ער האָט ניט געװוּסט, אף וועלכן פון זיי זיך אָפּשטעלן, װאָס באשליסן. איינס האָט ער יאָ געװוּסט: ווען ער װעט אויסוואקסן, װעט ער אָט דאָ, אף דער באָבעס קייווער, שטעלן א שיינעם דענק- מאָל און אפן שפּיץ פונעם דענקמאָל װעט ער בעטן אויסהאקן א טויב... אָדער ניין, קיין טויב דארף מען ניט. ער װעט אלע טאָג קומען אהער און ארום דענקמאָל פאנאנדערשיטן הירזש. איבער דער באָבעס קייווער װעלן פליַען לעבעדיקע טויבן... א טויב איז זי געווען אליין... איר גוטסקײַט װעט לעבן װײַטער, װײַל וויפל גוטסקײַט זי האָט אין זיך פארמאָגט, האָט זי אריבער- געגאָסן אין אים, איר איינציקער טרייסט אף דער עלטער. טאקע דאָס האָט אים געהאַלפן אי דעמלט, אי שפּעטער בײַשטײן דאָס בייז, װאָס דאָס לעבן האָט פאר אים ניט געקארגט.

8

ארקאדי איז אנשוויגן געװאָרן. מיט קילער נאכטיקער פרישקײַט האָט ארײַנגעאָטעמט אין אָפּענעם פענצטער די טאָפּאָליאלײע, דער יאם.

-- נו, און װײַטער? -- האָט געפרעגט סעמיאָן יעווסייעוויטש.

-- װײַטער -- בין איך אוועקגעפאָרן אין א שכיינישער שטאָט און אָנגעקומען אין א פאב- ריק-זאװאָדישער שול.

-- פארװאָס ניט בא זיך אין דער שטאָט?

ארקאדי האָט געענטפערט ניט באלד.

-- ניט געװאָלט טרעפן זיך מער מיט דער מוטער, מיט איר נײַער מישפּאָכע..

געלערנט האָט ער זיך גוט. אים איז געפעלן דער טאָקער-פאך. די ערשטע צײַט האָט זיך אים געדאכט, אז דער װוערקשטעל, א גרויסער, א גרויזאמער, א רוגזעדיק טומלדיקער האָט ניט געװאָלט אים צולאָזן צו זיך, געשראָקן אים מיט זײַן אומקלאָרער מעגושעמדיקײט.

-- האָב ניט מוירע פאר אים. ס'איז ניט קיין בער, ער װעט דיך ניט אופעסן, -- האָט גע- זאָגט פּראָקאָפי טראָפימאָװיטש. לײַכט צו זאָגן -- האָב ניט מוירע! פּראָקאָפי טראָפימאָװיטש, דער מײַסטער, האָט אים אליין אויך די ערשטע צײַט געשראָקן, געווען אין אים אויך עפּעס אלגעמיינס מיטן טאָקער-װוערקשטעל. גרויס, מעגושעמדיק, די ברעמען און די רויטלעכע װאָנצעס סטארטשען רוגזעדיק, די שטים בייז גרילצנדיק. אזוי האָט דאָ אים, ארקאדין, אלץ געשראָקן די ערשטע צײַט, ביז ער איז א ביסל אפן נײַעם אָרט געוווינט געװאָרן, און ארויס -- געוויזן האָט זיך א מאָדנע זאך -- מענטשן און מאשינעס האָבן צװישן זיך ענלעכס: ווען דו

13

קענסט זיי נאָך ניט, שרעקן זיי דיך, דערנאָך אָבער, ווען זיי װערן מיט דיר היימיש, דער- זעסטו: זיי זײַנען גאָר גוטע, צוגעלאָזטע, זיי באקומען דיך אפילע ליב. און דו זיי... יאָ, יאָ.. אזוי איז געשען מיט פּראָקאָפּי טראָפימאָװיטשן, אָדער װי אלע האָבן אים דאָ גערופן, --- מיטן ,פעטער פּראָשע?. װײַזט זיך ארויס, די בייז סטארטשענדיקע ברעמען און װאָנצעס, די רוג- זעדיק גרילצנדיקע שטים -- דאָס אלץ איז געווען ניט מער, וי א מין אָנשטעל צוליב די יונגע כעוורע, אזעלכע װוי ארקאדי, ווען זיי קומען נאָר אָן אהער. אינדערעמעסן איז דער פעטער פּראָשע געווען א גוטער מענטש און גענוג געװען, ער זאָל עטװאָס אופהייבן זײַנע ברעמען און מע זאָל ארײַנקוקן אין זײַנע אויגן, װאָס האָבן דעם קאָליר פון צעפירטער בלױקײַט, מע זאָל עס דערזען. אָט דער פעטער פּראָשע איז אין ארקאדיס לעבן געווען, נאָך זײַן באָבען, דער ערשטער מענטש, וועלכער האָט אים אויך דערווארעמט מיט זײַן גוטסקײַט. *

מיט נײַע שילער האָט דער פעטער פּראָשע ליב געהאט א שמועס טאָן נאָך דער ארבעט. אין א רו-טאָג פלעגט ער קומען אפילע צו זיי אין צוזאמענוווינונג. און האָט מען זיך צערעדט מיט אים, האָט זיך געװאָלט דערציילן אים אלץ. ווען ארקאדי האָט אים -- ניט באלד, ביסלעכ- װײַז, ענטפערנדיק אף קאָלערלײי זײַנע פראגן, -- דערציילט זײַן געשיכטע, האָט יענער א מאך געטאָן:

-- יאָ, גוטער-ברודער, דאָס לעבן האָט דיך ניט געשאנעװועט פון סאמע אָנהייב. נאָר ניט געזאָרגט, -- האָט ער אים אוועקגעלייגט די האנט אפן אקסל, -- בא אונדז ווערט מען ניט פאר- פאלן. דעריקער -- האָב ליב די ארבעט, װעט זי ליב האָבן דיך, און דאן װעלן מענטשן דיך אויך ליב האָבן. דאָס איז דער איקער -- פארגעדענק!

ארקאדי האָט עס פארגעדענקט. און טאקע ער, דער פעטער פּראָשע, האָט אים דער ער" שטער אויסגעלערנט, װי ליב באקומען --און ליב באקומען הייסט גוט וויסן --די ארבעט, דער טאָקעריװערקשטעל האָט מער רוגזעדיק ניט געגרילצט, װי די ערשטע צײַט, נאָר גוט- מוטיק געברומט, װי ער זאָל מיט באוויליקונג זאָגן: ,גוט, גוט טוסטו... אזוי, אזוי..." אמאָל האָט ער אים געװאָרנט: ,ניין, גוטער-ברודער, אזוי װעט זיך ניט באקומען, טו א טראכט... טו נאָכאמאָל א טראכט"... ארקאדי האָט אים געפאָלגט און ס'האָט זיך באקומען װי מע דארף. ער האָט ליב געהאט זען, װי באם װוערקשטעל גלאנצן אָפּ די גוט אָנגעשמירטע טיילן, װוי ער זאָל אָפּגײן מיט שווייס, דער האָרעפּשניק, ליב געהאט זען, װי עס ציט זיך, שמעקנדיק מיט צעווארעמטן שטאָל, די בלוילעך גלאנציקע סטרוזשקע, און עס טיילט זיך אלץ בוילעטער אויס די דעטאל, װאָס ער האלט אין ארומטאָקן.

-- איר װעט גלייבן, -- האָט ארקאדי געזאָגט, -- באנאכט פלעג איך אין צוזאמענוווינונג זיך אופכאפּן און װעלן לויפן צום װערקשטעל א קוק טאָן, צי איז אלץ מיט אים אין אָרדע- נונג. און ווען איך שעם זיך ניט, טו איך עס. כ'האָב אים ליב באקומען, װי א לעבעדיקן...

די שול, סײַ לויט די אלגעמיינע קעגנשטאנדן, סײַ לויטן טאָקער-פאך, האָט ער פארענ- דיקט מיט אן אויסצייכענונג, באקומען אן ארבעטעריראזריאד און אָנגעקומען ארבעטן אף א גרויסן זאװאָד.

-- נו, און וועגן טאטן, -- האָט ארקאדיס דערציילונג איבערגעשלאָגן סעמיאָן יעווסייע- וויטש, -- וועגן אים האָסטו אָט די גאנצע צײַט עפּעס געװוּסט?

-- יאָ, -- האָט געענטפערט ארקאדי, -- ס'הייסט, איך האָב אים ניט געזוכט, ער האָט מיך אָפּגעזוכט און אפילע געקומען צו מיר אהער, פאָרגעלייגט אריבערפאָרן צו אים.

-- אוֹן דו?

-- איך האָב זיך אָפּגעזאָגט.

-- פארװאָס?

-- בא אים איז דעמלט שוין געווען א נײַע מישפּאָכע... ער האָט בא מיר גענומען דאָס װאָרט, אז כ'וועל אים שרײַבן.

-- שרײַבסטו?

-- ניט,

-- און -- װײַטער?

--- װײַטער װאָלט אלץ געווען גוט, ווען ניט איינער... אן אומגליק...

--- ווידער?

-- וי איר זעט,

-- װאָס זשע?

-- אָ, דאָס איז שוין גאָר א באזונדער געשיכטע.

-- דערצייל,

-- אײַך איז ניט קיל?

14

-- ווילסט, מאך צו דאָס פענצטער.

-- טאָ הערט..,

איינמאָל פארנאכט איז ער פון זײַן פאבזאוושול נאָך פּראקטישע פארנעמונגען געגאנגען צו זיך אין צוזאמענוווינונג. די צוזאמענוווינונג איז געווען אף דער זעלבער גאס. אפן ראָג האָט ער באמערקט, װי א שיקערער כוליגאן איז צוגעשטאנען צו א יונגינק מיידל. יענע האָט זיך געפּרוּװוט באשיצן מיטן פידליפוטליאר, װאָס זי האָט געהאלטן אין האנט, אָפּנעטראָטן אין איין זײַט, אין א צווייטער, און דער כוליגאן איז איר פארלאָפן דעם וועג, גערעדט ניבל-פּע און שיקער געהירזשעט. ארקאדי האָט זיך א שטעל געטאָן קעגן דעם שיקער און -- מיטן הארבן װאָרט: ,פארנעם זיך, קיין שפּור זאָל פון דיר ניט בלײַבף" יענער: ,װער ביסטו אזוינט?" ;באלד װעסטו א סימען האָבן!"---און צוגעשטעלט צו יענעמס נאָז א פויסט. דאָס האָט גע- װירקט. דער כוליגאן האָט זיך אָפּגעטראָגן. ארקאדי האָט זיך ארומגעקוקט, פונעם מיידל אויך -- קיין שפּור, װי ניט געווען אף דער וועלט.. ארקאדי האָט צו זיך אליין א שמייכל גע- טאָן: װאָס זשע, זי וועט זיך שטעלן ווארטן?

אין א היפּשער צײַט ארום האָט ער זי װוידער באגעגנט. ער װאָלט זי עפשער ניט דער- קענט, װײַל ער האָט זי אפילע רעכט ניט פארגעדענקט, -- בלויז דעם פידליפוטליאר, מיט וועלכן זי האָט זיך געװערט, געדענקט און דעם העלן קאָפּ האָר. זי אים האָט אָבער דערקענט און זיך אָפּגעשטעלט.

-- איך דארף אײיך אָפּדאנקען, -- האָט זי געזאָגט.

-- פארװאָס? -- האָט ער די ערשטע װײַלע ניט פארשטאנען.

-- איר האָט מיך געראטעוועט.

-- א! ניטאָ פארװאָס. -- ער האָט אופמערקזאם א קוק געטאָן אף איר און--מיט א שמייכל: -- איר האָט זיך ניט געײַלט מיטן דאנק...

-- איר ווייסט, -- האָט זי א זאָג געטאָן, -- איך האָב זיך דעמלט שטארק דערשראָקן און בין פּאָשעט אנטלאָפן... נו, און מער האָב איך אײַך ניט באגעגנט.

-- איצט דראָעט אײַך ניט קיין שום געפאר?

-- דאכט זיך, אז ניט, -- אירע פינקלדיק װײַסע ציין האָט זי אנטבלויזט אין א שמייבל, --- נאָר אויב איר ווילט, באגלייט מיך א ביסל, איך װוין דאָ ניט װײַט,

ער האָט זי באגלייט. זי לערנט זיך, -- האָט זי אים דערציילט, -- אין א מוזיקישול, אפן דריטן קורס. בא טאטע-מאמע איז זי איינע, זי ארבעטן ביידע אף פאראנטװאָרטלעכע שטע- לעס. דין איז זי געווען --א שטרויעלע. די האָר אויך -- דער קאָליר פון שטרוי. דאָס שיינע קליינע פּענעמל בלאסלעך, די בלױקײַט אין די אויגן אונטער די לאנגע װיִעס אויך אן אויס- געבלאסטס, און אינגאנצן ---א זייפנבלאָז, . טו אן אָטעם, פליט ער אוועק.. זי האָט בא אים ארויסגערופן א געפיל פון ראכמאָנעס. װי לאָזט מען אזא אליין גאָר ארויס אין גאס,

זי האָבן זיך אָנגעהױבן באגעגענען. ער איר איז, װײַזט אויס, געפעלן מיט זײַן גװוּרע- דיקן אויסזען. צו יענער צײַט האָט ער שוין געהאלטן בא פארענדיקן די פאבזאוושול. געווען היפּש װוּקסיק, קרעפטיק, געהאט א פּאָר שטארקע הענט, װאָס האָבן געקאָנט, װי ער האָט שוין דערוויזן, באשיצן אזא, װי זי. ווען ער איז געווען פרײַ, פלעגט ער זי באגעגענען באם ארויסגאנג פון דער מוזיק-שול און באגלייטן אהיים. אזוי איז עס אוועק און זיך פאָרגעזעצט אויך נאָכדעם, ווען ער האָט נאָכן פארענדיקן די שול שוין געארבעט אפן זאװאָד. אין אן אָפּרן- טאָג פלעגן זי צוזאמען פארברענגען אין פּארק. אין זייערע לאנגע שמועסן האָט זי א פּאָר מאָל אָנגערופן ביכלעך, װאָס ער האָט זיי ניט געלייענט, האָט ער זיך פלײַסיק א נעם געטאָן צום לייענען. ער פלעגט גיין מיט איר אף מוזיקאלע קאָנצערטן. נאָך איינעם אזא באטאָגיקן קאָנצערט אין אן אָפּרו-טאָג האָט ער זי באגלייט אהיים. שוין ניט װײַט פון איר הויז האָט זיי אָנגעיאָגט א פּלוצעמדיקער זומערדיקער גוס"רעגן. אין זייערע לײַכטע קליידער גלײַך אויס- געװייקט געװאָרן, זײַנען זיי ארונטערגעלאָפן אונטער א הויכן בוים. מיט איר נאסן קערפּער האָט זי זיך צוגעטוליעט צו זײַנעם. מע האָט ביידע געשוויגן, קוקנדיק איינער דעם אנדערן אין פּאָנעם ארײַן. און איבער ביידנס פּענעמער זײַנען גערונען שטראָמען רעגן,

-- פארװאָס שטייען מיר דאָ? -- האָט ער מיטאמאָל א פרעג געטאָן.

-- װאָס זשע?

-- מיר קענען דאָך ארײַנלויפן צו דיר אין הויף,

-- מע דארף ניט,

-- פארװאָס? -- ער האָט געפילט, װי איר נאסער אקסל ציטערט בא זײַנעם. זי האָט גע- שוויגן. --- אויב אזוי, -- האָט ער געזאָגט, -- גי איך צו זיך אין צוזאמענוווינונג און דו לויף גיכער אהיים, װעסט זיך נאָך צוקילן.

49

-- כ'וויל ניט.

--- װאָס זשע װילסטו?

-- כ'וויל זײַן מיט דיר. מיר איז גוט אזוי.

-- טאָ װאָס װעלן מיר זיך נעצן? זעסט דאָך, ס'הערט ניט אוף, קום ביידע צו דיר.

-- נו, גוט, גוט, -- האָט זי געזאָגט און געלאָזט זיך לויפן. ער -- נאָך איר. נאָר פּלוצעם האָט זי זיך אומגעקערט צו אים -- דאָס בלאסע פּאָנעם פארגאָסן מיט רעגן, װי מיט טרערן -- מע דארף ניט! מע דארף ניט! -- האָט זי א געשריי געשְאָן, פײַל-אויסן-בויגן ארײַן אין הויף און דאָרט פארשװוּנדן אין איינעם פון די פּאָדיעזדן. ארקאדי איז א װײַלע געשטאנען, ניט פילנ- דיק דעם רעגן, װאָס האָט א גאָס געטאָן שטארקער, ניט הערנדיק דאָס רוגזעדיקע דונערן איבערן קאָפּ,

פול מיט סמוטנע געפילן, איז ער פּאמעלעך אוועק צו זיך אין צוזאמענוווינונג.

אין עטלעכע טעג ארום האָבן זיי װידער זיך געטראָפן.

-- דו מוזסט מיר דערקלערן װאָס איז געשען, -- האָט ער געזאָגט.

-- ס'איז גאָרניט געשען, -- האָט זי געענטפערט.

-- ניין, ס'איז געשען, און איך מוז וויסן װאָס, -- איז ער באשטאנען.

זי האָט געשוויגן.

-- עפשער איז דערבײַ פאראן א סאָד! -- האָט ער געפרעגט.

-- און אויב א סאָד, איז װאָס?

--- מוז איך אים וויסן.

-- מיט װאָס פאר א רעכט?

-- מיר קענען זיך שוין ניט איין טאָג.

-- איז װאָס?

--- טאָרן צװוישן אונדז קיין סוידעס ניט זײַן. איך דערצייל דיר אלץ, און דו...

-- און איך װויל באהאלטן פון דיר איין-איינציקן סאָד, מיט אלעם איבעריקן װעט בלײַבן, וי געווען.

-- אוב א סאָד, קאָן ניט בלײַבן, װי געוען, -- האָט ער געענטפערט.

זי זײַנען געזעסן אף א באנק אין פארק אפן הויכן ברעג פונעם אמור. מיט רויקער גװוּרע האָט פונונטן געשלײַדערט דער טײַך זײַנע כוואליעס. װי א װײַסע מעווע, האָט אף דער שע" מערירנדיקער מיט טײַך, זיך געוויגט אן איינזאמער קאטיער. װײַטע הויכענישן, אײַנגעהילט אין געהיימניספולער בלױקײַט, האָבן זיך געצויגן לענגויס דעם האָריזאָנט.

-- אוב אפילע איין-איינציקער סאָד, --האָט איבערגעכאזערט ארקאדי,--קאָן ניט בלײַבן אלץ, וי געווען. -- מיט דּי װוערטער האָט ער זיך אופגעהויבן און איז אוועק. א װײַלע האָט זאָיע (מע האָט זי גערופן זאָיע) אים מיט שטוינונג נאָכגעקוקט. ניט שוין זשע גייט ער אוועק? זי האָט אים א רוף געטאָן. ער האָט זיך ניט אומגעקוקט. נאָכאמאָל:

-- ארקאדי!

ער האָט זיך ניט אָפּגעשטעלט. דאן האָט זי זיך געלאָזט לויפן נאָך אים. רויִק האָבן שפּא- צירט ארום געלאסענע פּאָרלעך, און זי איז געלאָפן, געלאָפן. מיט א פארשלאָגענעם אָטעם האָט זי קוים אים אָנגעיאָגט באם ארויסגאנג פון פּארק.

-- ארקאדי, ווארט א װײַלע, -- האָט זי שווער ארױיסגעאָטעמט, אים אָנגעכאפּט פאר בייי דע הענט און ארײַנגעקוקט אין די אויגן.

-- װאָס איז מיט דיר געשען, ארקאדי? שטענדיק אזא גוטער, אזא נאָכגיביקער -- געכאפּט און אװעק!

-- פאראן פאלן, -- האָט ער הארט געענטפערט, --ווען מע טאָר ניט זײַן נאָכגיביק.

-- דו האלטסט, אז איצט איז אזא פאל?

-- יאָ,

--- אויב אזוי, --- האָט זי נאָכגעגעבן, -- קום, װעל איך דיר דערציילן.

זיי האָבן זיך אומגעקערט אין פּארק, צוגעזעצט אף א פרײַער באנק און האָבן לאנג גע- שוויגן. דערנאָך האָט זי געזאָגט:

--- מײַנע עלטערן ווייסן ניט.

-- װאָס ווייסן זיי ניט?

-- אז איך שפּאציר מיט דיר.

-- וי זשע?

-- פּאָשעט.

-- אָבער װאָס זאָגסטו זיי אלע מאָל, ווען דו קערסט זיך אוס שפּעט אהיים?

3* 46

-- כ'האָב שפּאצירט, זאָג איך זיי, נאָר כ'זאָג ניט מיט וועמען. ניט זייער דײַגע.

-- און זי פּרוּוון זיך ניט דערוויסן?

-- מע פּרוּװוט,

-- און דו?

-- איך זאָג ניט,

-- פארװאָס?

זי איז ווידער אנשוויגן געװאָרן. דערנאָך א קוק געטאָןן אף אים, װי מיט שרעק אין בליק.

-- פארשטייסט, -- האָט זי ענדלעך געזאָגט, -- די עלטערן מײַנע.. מיין ‏ ניט, זי זײַנען וווילע, גוטע מענטשן, נאָר...

-- נאָר װאָס?

-- נאָר עטװאָס מאָדנע...

-- מיט װאָס?

--- וי גיט מען עס דיר צו פארשטיין, -- אין פארלעגנהײַט האָט זי געצופּט דעם זוים פון איר מיני-קליידל, -- מײַנע עלטערן זײַנען פאראנטװאָרטלעכע טוער, ביידע פארנעמען זי אָנגעזעענע שטעלעס. נו, און די באקאנטע, װאָס קומען אין שטוב, זײַנען אויך פון די זעלבע, פון זייערע ספערן...

-- איז װאָס? -- האָט ניט פארשטאנען ארקאדי.

-- נו, שטעלן זיי זיך פאָר, אז איך דארף אויך כאסענע האָבן מיט אזא..

-- פון די זעלבע ספערן? -- האָט איבערגעפרעגט ארקאדי.

-- יאָ.

-- און װאָס באטײַט עס?

-- נו, אזא, װאָס זײַנע עלטערן פארנעמען אן אנטשפּרעכיק אָרט און װאָס פאר אים אליין איז אויך גאראנטירט ניט קיין ערגערס. נו, און מיט א דאטשע, א ,װאָלגע", וי עס פירט זיך...

-- עפשער האָבן זיי שוין פאר דיר צוגעזוכט אזא! -- האָט געפרעגט ארקאדי. -- עפשער...

== אוה -- איך?-- זי האָט אין פארלעגנהײַט א קוק געטאָן אף אים און זיך מוידע געוען. -- ווייסט, פון קינדװײַז אוף הער איך אלץ אזעלכע רייד און בעמיילע האָב איך זיך קיין אנדערס

ניט פאָרגעשטעלט. און ווייסט, מיר איז אף זיך אליין געװוען א כידעש, ווען דו... ווען דו ביסט מיר אזוי געפעלן,

-- עפשער ווילסטו כאראָטע האָבן?

-- קיינמאָל! -- האָט בא איר זיך ארויסגעריסן. -- איך האָב דיך ליב!--דאָ, אף דער באנק, פאר אלעמען אין די אויגן האָט זי אים ארומגעכאפּט און צעקושט. אן אנדערש מאָל װאָלט ער איר טייקעף געענטפערט מיט דעם זעלבן אצינד האָט ער איידל, נאָר אנטשיידן אראָפּגענומען אירע הענט און א קאפּעלע זיך אָפּגערוקט. ערשטנס, זײַטיקע מענטשן ארום. צווייטנס, נאָכדעם, װאָס זי האָט אים אָקאָרשט דערציילט, האָט ער מיטאמאָל דערפילט צווישן זיך און איר אן אומזעבארע מעכיצע. אים איז נאָך ניט אינגאנצן קלאָר געווען, פונוואנען זי

האָט זיך גענומען, און װאָס זי באטײַט, און געפּרוּװוט עס אױסקלאָרן. אומגעריכט פאר איר האָט ער א פרעג געטאָן:

-- זאָג מיר, זיידעס, באָבעס האָסטו?

-- כ'ווייס ניט,

-- װאָס הייסט! -- האָט ער זיך פארכידעשט.

-- איך האָב זיי קיינמאָל ניט געזען, און אין שטוב רעדט מען ניט ועגן זיי,

-- אָבער פאָרט?

-- דעם טאטנס עלטערן -- דאָס ווייס איך יאָ, -- לעבן ערגעץ אין א דאָרף. נאָר זינט איך געדענק זיך, איז דער טאטע בלויז א פּאָר מאָל צו זיי געפאָרן, מיך האָט ער אהין ניט מיט- גענומען,

-- ווער זײַנען זיי, דײַן טאטנס עלטערן?

-- קאָלװירטניקעס,

-- און ער אליין װאָס האָט געטאָן, ווען ער איז געווען אין אונדזערע יאָרן?

-- וועגן דעם האָב איך קײינמאָל ניט געטראכט, -- איז זי זיך מוידע געווען. --מיסטאמע אויך געארבעט אין קאָלװירט מיט די עלטערן.

-- און דערנאָך?

-- האָט מען אים געשיקט זיך לערנען,

47

-- און װײַטער?

-- װײַטער האָט ער פארענדיקט אן אינסטיטוט, די אספּיראנטור.

-- און דער מאמעס עלטערן -- װאָס האָבן זיי געטאָן?

-- דער טאטע אירער איז געווען א סטרעלאָטשניק. אליין האָט זי די ערשטע צײַט אויך געארבעט אף דער אײַזנבאן, אין א דעפּאָ. דערנאָך האָט מען זי געשיקט זיך לערנען. געלערנט האָט זי זיך מיט מײַן טאטן אין איין אינסטיטוט. טאקע דאָרט האָבן זי זיך באקאנט און כא" סענע געהאט. אנטקעגן װאָס פרעגסטו דאָס אלץ!---האָט זי מיטאמאָל זיך א כאפּ געטאָן -- װאָס גייען דיר אָן מײַנע באָבעס און זיידעס?

-- גלאט אזוי, -- האָט ער געענטפערט און פארטראכטערהייט צוגעגעב -- איצט איז מיר קלאָר...

-- װאָס איז דיר קלאָר?

-- פארװאָס מיר האָבן זיך געװייקט מיט דיר אפן רעגן.

זי האָט ארופגעלייגט איר האנט אף זײַנער.

-- באליידיק זיך ניט. כ'האָב דאָך דיר געזאָגט-- מײַנע עלטערן זײַנען װי אלע, נאָר עטװאָס מאָדנע מענטשן.

-- עטװאָס? -- האָט ער איבערגעפרעגט און, אלץ נאָך ניט ארויסגייענדיק פון זײַן פאר" טראכטקײַט, צוגעגעבן: -- פונוואנען נעמען זיך אָבער אזעלכע מענטשן --אָט װאָס ס'איז מאָדנע.

זיי זײַנען נאָך א ביסל געזעסן אין פּארק, א ביסל געשטאנען און געקוקט אפן אמור, דערנאָך האָט ער זי אָפּגעפירט אהיים. ביז איצט איז אים ניט געווען קלאָר, פארװאָס זי דער" לויבט אים קײינמאָל ניט זי אָפּפירן ביז צו דער שטוב און געזעגנט זיך מיט אים אלע מאָל באם נאָענטסטן ראָג. איצט איז עס אים קלאָר געווען.

-- עפּעס ביסטו הײַנט אזא סקוטשנער, -- האָט זי באמערקט.

-- עס דאכט זיך דיר.

-- ניין, א סקוטשנער, א סקוטשנער! -- האָט זי איבערגעכאזערט, --נו, פארבלײַב! ביז מאָרגן! טשאאָ!

זי האָבן זיך באגעגנט אויך מאָרגן, און איבערמאָרגן, און נאָך א סאך מאָל, נאָר ער האָט געפילט -- נאָך יענעם געשפּרעך אין פּארק האָט עפּעס אין זייערע באציונגען װי אָנגעבראָכן זיך, כאָטש זאָיע איז פארבליבן די זעלבע, וועגן גאָרניט געװאָלט איבעריקנס פארטראכטן זי יי

און ער האָט געטראכט. געטראכט, צי דארף ער זי איצט ניט פארלאָזן. איינמאָל האָט ער אפילע אָנגעמערקט א טאָג, ווען ער װעט עס טאָן, -- ניט קומען אף דער אָפּגערעדטער טרע" פונג, און אויס. נאָר אין דער לעצטער מינוט דערפילט --ער קאָן עס ניט טאָן. ער האָט זי ליב... אים איז שער זיך פאָרשטעלן, װוי װעט זי, אזא איידעלע, שוואכע, קאָנען לעבן אָן אים, אָן זײַן מאנצבלשער שוץ. אים האָט געשוידערט באם געדאנק, אז זי קאָן לעבן מיט יענעם, װאָס די עלטערן האָבן איר צוגעזוכט, ארײַנפאלן אין א סוויווע פון לײַט, װאָס אלע שטרעבונ- גען זייערע זײַנען --א גוטע שטעלע, א ,װאָלגע", א דאטשע... אין אָט דער סוויווע װעט זי פארטשאכנעט װערן. ניין, ער װעט עס ניט דערלאָזן.

שפּעטער איז אים, ארקאדין, קלאָר געװאָרן, און אים איז קלאָר איצט, -- דאָס. װאָס ער האָט דעמלט געפילט צו זאָיען איז געווען ראכמאָנעס, בלויז ראכמאָנעס. נאָר דעמלט האָט ער נאָך דערפון ניט געװוּסט.

ס'איז געקומען די צײַט פון פּריזיוו. מע האָט אים גענומען אין פּלאָט. פארן אָפּפאָרן האָט ער מיט זאָיען זיך געזעגנט, אָפּגערעדט: מע װעט איינע די אנדערע שרײַבן, זי װעט ווארטן אף אים.

און אזוי איז עס געווען --זי האָט אים געשריבן, ער איר. ער האָט מער פון קיינעם קיין בריוו ניט באקומען, זײַנען אירע בריוו אים דאָפּלט טײַער געווען. געדינט האָט ער גוט, מיס די נײַע כאוויירים זיך פײַן צונויפגעלעבט, די קאָמאנדירן האָבן פון אים געהאלטן. אלץ איז װוויל געווען, ווען ניט איין זאך: זאָיע האָט פּלוצעם אופגעהערט שרײַבן. געשען איז עס אפן דריטן יאָר פון זײַן דינען אין פלאָט. אוועק א כוידעש, א צווייטער, קיין װאָרט. ער האָט איר זײַנע בריוו געשיקט צום אופאָדערן. איצט זײַנען זיי פארבליבן אָן ענטפער. בא וועמען זאָל ער זיך אָנפרעגן? בא וועמען עפּעס דערוויסן זיך! און טאקע דאָס האָט אים געפּײַניקט מער פאר אלץ, -- װאָס ער קאָן מיט גאָרניט העלפן, ווייסט ניט װאָס צו טאָן, ווייסט ניט װאָס איז געשען... איינס איז אים קלאָר געװען: זײַן ליבע טרינקט זיך, גייט אונטער. זי איז אף יענער זײַט באָרט, אָטיאָט פארשלינגען זי די כוואליעס. און ער! װאָס טוט ער? קוקט עס צו פונעם

3--183 48

שיף-דעק און טוט זיך ניט א װאָרף זי ראטעװוען? װי איז מעגלעך אזוינס! האָט ער טאקע זיך א װאָרף געטאָן װי אין וואסער --אָנגעשריבן אירע עלטערן. דעם אדרעס זייערן האָט ער געװוּסט. ער האָט צוזאמען מיט זאָיען זיך געלערנט אין מוזיקישול, -- האָט ער געשריבן ליגן, נאָר מיילע), -- וועןיניט-ווען האָבן זיי זיך דורכגעשריבן. נאָר ער האָט שוין לאנג ניט באקומען קיין בריוו און וויל וויסן, װאָס איז מיט זאָיען, צי אין עפּעס ניט געשעוי

אינגיכן האָט ער באקומען אן ענטפער. מיט א היפּשן דײַטלעכן קסאוו פון א מענטשן, װאָס ווייסט אף זיכער װאָס מע דארף אין לעבן יאָ און װאָס ניט טאָן, זאָיעס מוטער האָט געשריבן: יאָ, ס'איז געשען. זאָיע האָט כאסענע געהאט. זי לעבט אין אן אנדער שטאָט, ווּ עס ארבעט איר מאן. איר נײַער אדרעס איז פאר אים ניט וויכטיק. זי האָפט, אז ניט זאָיען, ניט זיי, אירע עלטערן, װעט ער מער קײינמאָל ניט באומרויקן.

אפן טאָגיליכט איז געפאלן א טונקעלער שלייער. אָט דעה. שלייער האָט אײַנגעשלונגען אלץ, װאָס איז געװען אין ארקאדין -- זײַן פרייד, זײַנע אויסזיכטן, האָפענונגען.. ס'איז געווען וי בייס א ליקעכאמע, ווען אלץ אף דער ערד װערט מיטאמאָל פארענדערט און מע דערקענט ניט די הײַזער, די ביימער, די מענטשן... אלץ זעט אויס אנדערש, װי איבערגעקערט. נאָר א ליקעכאמע דויערט מינוטן, און בא אים איז אָט די טונקלעניש, אָט די וויסטע פארענדערונג שוין אפן גאנצן לעבן. אזוי האָט דעמלט ארקאדי געטראכט און געפילט. און פּונקט װי מיט יאָרן צוריק, ווען ער איז געווען א קינד נאָך און זײַנע עלטערן זײַנען זיך פאנאנדערגעגאנגען, האָט ער אויך איצט געהאט אזא געפיל, אז די ערד פון אונטער זײַנע פיס גליטשט זיך ארויס, דאָס לעבן ווערט אָן דעם גלײַכגעװיכט און גאָרניט האָט שוין מער קיין װערט ניט.--ניט די ארבעט, װאָס ער האָט פרֹיֶער געטאָן, ניט זײַן איצטיק דינען אין פּלאָט, ניט דאָס לעבן אליין. א פּאָר מאָל, שטייענדיק אף דער באנאכטיקער וואכטע, איז בא אים דורכגעלאָפן א געדאנק: אָט באלד, צוגיין צום ראנד פונעם שיפדעק, מיטן קאָפּ אין וואסער, און אויס... װאָס פארא ווערט האָט זײַן לעבן! די אייגענע מוטער האָט אים פאראטן... דער פאָטער -- אויך. איצט.-- זאָיע... די ליבסטע מענטשן... איז מיטן קאָפּ אין וואסער און -- אויס.

די כאוויירים, װאָס האָבן צוזאמען מיט ארקאדין געדינט, האָבן באמערקט, אז מיט אים קומט עפּעס פאָר. באמערקט האָט עס אויך דער זאמפּאָליט אנדרייעוו--א בלאָנדער בלוי- אױיגיקער גוואר -- דער ליבלינג פונעם עקיפּאזש. אָפּגעשטעלט ארקאדין, האָט ער אים פאר- טרוילעך א פרעג געטאָן:

-- עפּעס איז געשען, מאטראָס?

-- גאָרניט.

-- זעסט אויס כוישעכדיק.

-- עט.

-- איך ווייס, -- האָט געזאָגט אנדרייעוו, -- באקומסט ניט די לעצטע צײַט קיין בריוו. איז דאָס די סיבע!

-- ניט וויכטיק.

--- ניין, זייער װיכטיק! קום ארײַן, מאטראָס, זיך דורכשמועסן.

געשמועסט האָבן זיי לאנג. דרײַ מענטשן זײַנען געבליבן אײַנגעבאקן בא ארקאדין אין הארצן: די באָבע, דער מײַסטער פון דער פאבזאוושול פּראָקאָפי טראָפימאָװיטש און ער, דער זאמפּאָליט אנדרייעוו. יענעמס שטרענגע גוטסקײַט פון אן עלטערן ברודער האָט ארקאדי, פּונקט וי זײַנע כאוויירים, געשפּירט אף זיך די גאנצע צײַט, װאָס זיי האָבן געדינט. דעריבער האָט ארקאדי אים איצט אָפנהערציק דערציילט אי ועגן זאָיען, אי וועגן אירע בריו, אי וועגן דעם בריוו פון איר מוטער. דער זאמפּאָליט האָט אים שטיל אופמערקזאם אויסגעהערט, א לענגערע װײַלע געשוויגן, קלאפּנדיק מיט די פינגער איבערן טיש, דערנאָך אופגעהויבן די אויגן, -- בלויע, גוטע, פארטראכטע -- און געזאָגט:

-- איך פארשטיי דיך, מאטראָס. דיר װײַזט זיך איצט אויס-- עק װעלט! אלץ איז פאר- פאלן, דאָס לעבן, -- קיין גראָשן ניט ווערט... עמעס?

ארקאדי האָט עס באשטעטיקט מיט א שטומען בליק.

-- איך יל דיר איצט גאָרניט אײַנרײדן, --האָט פאָרגעזעצט אנדרייעו, ---דאָס לעבן אליין װעט דיר באװײַזן, אז ס'איז ניט אזוי. מיט דער צײַט װעסטו עס פארשטיין. איך וויל בלויז פרעגן: זאָיען האָסטו ליב?

שעק יאָ. -- כ'מיין, אויך איצט, נאָך דעם, װאָס אין געשען? זע יאָ.

49

-- און װי מיינסטו, -- דער זאמפּאָליט האָט צונויפגעזשמורעט די אויגן, -- זי איז ווערט דײַן ליבע?

-- זי איז זייער אן איידעלע, --האָט ארקאדי געענטפערט, ---אן איידעלע נעשאָמע און א שוואכע...

--- אויב אפילע אזוי...

--- איך בין זיכער, דאָס האָבן די עלטערן זי אײַנגעבראָכן. און בא איר האָט ניט גע- קלעקט קיין קויעך אף קעגנשטעלן זיך.

-- אזוי, צי אזוי, נאָר דאָס, װאָס זי האָט געטאָן,. האָט א נאָמען.

5

-- פאראט,

-- יאָ, -- האָט ארקאדי צוגעשטימט.

-- און אויב א מענטש איז פיייק אף פאראט,--ניט וויכטיק, צי מאכמעס דער אײַנ- געבוירענער פארדאַרבנקײַט, צי מאכמעס שװאכקײַט,--װאָלט ער דאָך געקאָנט פאראטן שפּעטער אויך.

-- װאָס װילט איר זאָגן דערמיט! -- האָט ניט פארשטאנען ארקאדי.

-- איך וויל זאָגן, אז בעסער פריִער, איידער שפּעטער.

ארקאדי האָט מיט שטוינונג געקוקט אפן זאמפּאָליט.

-- און נאָך וויל איך זאָגן, -- האָט יענער פאָרגעזעצט, --אז, מעגלעך, אין דעם אלעם, װואָס מיט דיר איז איצט פאָרגעקומען --דו מאך נאָר ניט אזעלכע גרויסע אויגן --באשטייט גאָר דײַן גליק.

-- גליק!

-- יאָ, און ווייס: איצט, אין דער-אָ מינוט ביסטו ניט אימשטאנד עס צו באגרײַפן, נאָר מיט דער צײַט װעט קומען צו דיר דער דאָזיקער פארשטאנד.

סעמיאָן יעווסייעוויטש איז געזעסן אנטקעגן מיַט צוגעזשמורעטע אויגן.

-- איר שלאָפּט! -- האָט געפרעגט ארקאדי.

-- ניין, ניין, -- האָט יענער געענטפערט, -- איִך הער מיט ביידע אױערן! װאָס איז געווען ווײַטער?

-- װײַטער האָב איך פארענדיקט דינען, זיך אומגעקערט אין מײַן הײימשטאָט און אָנגע- קומען אפן זאװאָד, װוּ איך ארבעט איצט.

-- פארװאָס ניט אין דער שטאָט, װוּ דו האָסט געארבעט ביזן גיין דינען?

-- דאָרט װאָלט מיר אלץ דערמאָנט וועגן איר.

-- האָסט זי נאָך אלץ ליב געהאט?

-- יאָ. איצט פארשטיי איך, אז פון מײַן זײַט איז עס גיכער געװוען א מין געפיל פון ראכמאָנעס, װוי צו א קליין, אומבאהאָלפן קינד.

-- האָסט זי געפּרוּװט זוכן?

-- צו װאָס?

-- נו, און פארװאָס האָסטו זיך אומגעקערט קיין ביראָבידזשאן! האָסט דאָך געקאָנט פאָרן אין א באליביקער אנדערער שטאָט?

-- קיין היים איז עס, אייגנטלעך, פאר מיר ניט געװוען, כ'האָב דאָ ניט געהאט קיין מא- מע... מײַן מאמע האָט מיך דאָ געװאָרפן, נאָר אליין די הײַזער, די גאסן זײַנען מיר אייגן, כ'בין דאָך געוואקסן צוזאמען מיט זיי. און א נאָענטן קייווער האָב איך דאָרט.

-- דער באָבעס?

-- יאָ.

-- האָסט איר געשטעלט א דענקמאָל?

-- יאָ.

-- מיט א טויב?

-- ייַנגלשע פאנטאזיעס. נאָר דעם קװאָרעסמאן האָב איך באצאָלט, ער זאָל לייגן אֹף איר קייווער בלומען. אליין קום איך אהין אויך.

סעמיאָן יעווסייעוויטש האָט זיך אופגעהויבן און צוגעגאנגען צום פענצטער.

-- אהא, עס טאָגט שוין!

העט-װײַט, באם האָריזאָנט, דאָרט, װוּ אין אים האָט זיך אָנגעשפּארט דער יאם, האָט זיך געצויגן א שמאָלער ראָזער פּאס. דער יאם, אָן א מינדסטן כוואליעכל אף זײַן גלאטן אויבער- פלאך, האָט װוי פארגאָסן זיך פארטאָג-צו אין א לײַכטן דרעמל...

90

-- יאָ, זיך פארעדט, -- האָט געענטפערט ארקאדי. -- שולדיק זײַט איר, סעמיאָן יעװו- סייעוויטש.

-- מיט װאָס?

-- איר זײַט פון די מענטשן, פאר וועלכע מע קאָן זיך אויסריידן דאָס הארץ.

-- און דו, זעט אויס, האָסט עס שוין לאנג ניט אויסגערעדט? איך האָב נאָר צו דיר א פּאָר פראגן, -- האָט זיך אָנגערופן גרינבוים, -- נאָר איך לייג זיי אָפּ אף מאָרגן. אצינד שלאָפן,

-- איר לייגט זיך, -- האָט געזאָגט ארקאדי, -- איך װעל סײַװי ניט אײַנשלאָפן. כ'וועל זיך א ביסל דורכגיין.

-- וי דו ווילסט.

ווען ארקאדי איז ארויסגעגאנגען, האָט סעמיאָן יעווסייעוויטש, לייגנדיק זיך אונטער דער קאָלדרע, געטראכט: נאָך אזא יונגער און וויפל איז שוין אויסגעפאלן אף זײַן גוירל. ,און דו אין זײַנע יאָרן?"--האָט ער א פרעג געטאָן בא זיך און זיך אליין אין געדאנק געענטפערט: , מיט עפּעס איז מיר געווען שװערער, און מיט עפּעס לײַכטער". דאָס לעבן די אויסקומעניש, די ארבעט איז געווען ניט צו פארגלײַכן שװערער, דערפאר האָט ער פון קיין אנדערע צאָרעס ניט געװוּסט. טאטע-מאמע האָבן דערצויגן א גרויסע מישפּאָכע, כאָטש אין אָרעמקײַט, נאָר אלע קינדער זײַנען געווען בא זיי טײַער, ליב. ער האָט זיך אײַנגעליבט אין א װויל מיידל, ער האָט כאסענע געהאט, צוזאמען אױסגעכאָװעט אן אייגענע, אויך ניט קיין קליינע מישפּאָכע, מע לעבט אדהײַעם, ניט צו פארזינדיקן. עמעס, ס'איז געווען א מיל- כאָמע, א שרעקלעכע מילכאָמע... שוין אין דרעמלענדיקן מויעך בא סעמיאָן יעווסייעוויטשן האָט זיך געוויגט א לענגערע װײַלע נאָך איין געדאנק: יעדער צײַט האָט אירע פריידן, אירע ליידן... יעדער צײַט -- אירס... יעדן דאָר --- זײַנס...

א פארטאָגיקע קילקײַט האָט געשטראָמט אין פענצטער. סעמיאָן יעווסייעוויטש האָט העכער ארופגעצויגן אף זיך די קאָלדרע. |

9

-- אוך בריט, -- פּריסעק, -- האָט א זאָג געטאָן צו זיך אליין סעמיאָן יעווסייעוויטש, גיך אריבערלויפנדיק איבערן אָנגעגליטן זאמד פונעם פּליאזש. צװישן דעם דורכויסיקן אָנגע- וואלגער פון נאקעטע מאנצלבשע און פרוייַשע לײַבער איז ער קוים דערלאָפן צו יענעם אָרט, װוּ ס'איז געלעגן זײַן און ארקאדיס אָנטאָן און טייקעף ארײַן אין די שטעקשיך. די פּיאטעס האָבן געבראָטן. ער האָט זיך אוועקגעזעצט, ארומגעכאפּט מיט די הענט די נאסע קני און זיך ארומגעקוקט. גוט! אלץ איז באשאפן פארן מענטשן --דער יאם, די ערד, דער הימל.. געניס און האָב האנאָע! אין אָט דעם אָרט האָט די יאבאָשע זיך ארײַנגעשניטן אין יאם מיט א היפּשן דרײַעקיקן שפּיץ, און ס'האָט אויסגעזען --די ערד, א פארמאטערטע פון היץ, א פארכליאנעטע פון דורשט, האָט אויסגעשטרעקט צום וואסער א װײַסע לאנגע צונג. די דאָ- זיקע צונג -- דער פּליאזש. פונעם סאנאטאָרי האָט מען זיך אריבערגעשיפט אהער איבערן אײַנגוס אף א קאטיער. ער האָט געהאָרעװעט פון פרי ביז נאכט, אריבערפירנדיק די אָפּרוענ- דיקע פון סאנאטאָרי אהער און פונדאנען צוריק אין סאנאטאָרי.

סעמיאָן יעווסייעוויטש האָט זיך אוועקגעלייגט נאזנדיק: דער הימל האָט איבערגעקערט איבער אים זײַן הויכע בלויע אומענדלעכקײַט, און ס'איז געװען א כידעש, װי האלט זיך דאָרט אײַן אזויפיל בלױקײַט, פאלט ניט אראָפּ און פארטרינקט ניט די ערד. נאָך מער כידעש איז געווען, װי האלטן זיך דאָרט אײַן אָט די שורעס װײַסע װאָלקנדלעך. זיי שטייען אין דער הייך און רירן זיך ניט פון אָרט. און טאקע פון זיי, א סװאָרע, שטראָמט צו דער ערד אָט די טיפע שאלװועדיקע רו.

סעמיאָן יעווסייעוויטש האָט צוגעמאכט די אויגן. נאָר אויס מוירע אײַנצודרעמלען (װי קאָן מען דרעמלען אין אזא פּראכט?) האָט ער זיי באלד געעפנט, זיך אופגעהויבן און א קער געטאָן צום יאם. יענער איז וי מיט שפּיזן אף דורך און דורך געווען דורכגעשטאָכן מיט זון. די זון האָט זיך אין אים געקאָכט, מיט פרייד ארויסגעליארעמט פון אים. גאָלדענע טראָפּנס, וי פונקען, זײַנען אופגעפלויגן דאָ און דאָרט, נאָך מער פארשטארקנדיק דעם אלגעמיינעם אײַנדרוק פון יאָמטעוו, ווען עס שפּילן איינע מיט דער אנדערער, שטיפן צוויי סטיכיעס-- די זון און דער יאם...

51

קוקנדיק אף די שווימער, האָט סעמיאָן יעווסייעוויטש מיט באדויערן געטראכט: אװעק די צײַט, ווען ער האָט אויך אזוי געקאָנט זיך א װאָרף טאָן אין די כוואליעס און אָפּגעבן זיך אף זייער קילן באראָט... איצט האָט ער זיך אָפּגעטױװלט א ביסל באם ברעג, און אלץ. הי" פּערטאָניע, סטענאָקארדיע... ער האָט זיך אײַנגעקוקט אין די שווימער, װאָס האָבן זיך דער- נעענטערט צום ברעג, און דערקענט צװישן זיי ארקאדין. א כיַעס צו קוקן, װי דער באָכער איז דאָ פארברוינט געװאָרן, ער איז אינגאנצן װי אױסגעגאָסן פון בראָנזע. און װי ער לייגט עס קלאפטער!

ארקאדי איז ארויס פון וואסער.

-- פארװאָס זשע שווימט איר ניט?--איז ער צוגעלאָפן מיט א טײַנע, אליין אינגאנצן, פון קאָפּ ביז די פיס, אין פינקלענדיקע טראָפּנס.

-- איך בין מײַנס שוין אָפּגעשװוּמען.

-- נאָר אָן פּעסימיזם!

-- ס'איז ניט קיין פּעסימיזם, פּאָשעט --א פאקט.

סעמיאָן יעווסייעוויטש אין געזעסן א קרענקלעך װײַסלײַביקער אין לאנגע שווארצע טרוסן, און ארקאדי איז געשטאנען איבער אים, א שטאלטנער, א בראָנזן-ברוינער אין רויטע פּלאווקעס. פון זײַנע גלאנצנדיקע נאסע האָר זײַנען אראָפּגערונען טראָפּנס איבערן רוקן איבער די מוסקולן פון די הענט און פיס.

-- אך, גוט!--- האָט ער אויסגערופן, -- כ'װואָלט ניט ארויסגעקראָכן פון יאם.

-- שווימסט דאָך טאקע, װי א פיש,---האָט געזאָגט סעמיאָן יעווסייעוויטש.

-- װאָס זשע, -- האָט געענטפערט ארקאדי, -- אומזיסט האָב איך געדינט אין פלאָט!-- ער האָט זיך א זעץ געטאָן גלײַך אין זאמד לעבן סעמיאָן יעווסייעוויטשן. יענער האָט צו אים א װוּנק געטאָן:

-- זעסט כאָטש, װער עס קוקט אף דיר?

--- וווּ?

-- אָט, אף רעכטס.

ארקאדי האָט געװאָרפן אהין א קורצן בליק,

-- װער איז עס?

-- דערקענסט ניט?

-- ניין.

-- די, װאָס זיצט באם שכיינישן טיש, די בלאָנדע.

-- איז װאָס?

-- איז גאָרניט. אײַ, ארקאדי, ארקאדי, דײַן גליק, װאָס ביסט ניט מײַן זון..

-- ווען יאָ, איז װאָס!

-- ווען יאָ, װאָלט איך אראָפּגענומען דעם פּאס און דיר ארײַנגעצימבלט, אז װאָלסט געהאט צו געדענקען.

-- פארװאָס?

-- פאר דאָס...

-- צימבלט, איך דערלויב!!--- מיט די װערטער האָט ארקאדי זיך א װאָרף געטאָן אין זאמד מיטן רוקן ארוף,

-- זאָלן דיך שיידים שוין צימבלען, --האָט א לאך געטאָן סעמיאָן יעווסייעװויטש, מיט פארגעניגן קוקנדיק אף זײַן בראָנזן-ברוינעם רוקן, א באשפּרענקלטן מיט גלאנציקע טראָפּנס..-- דו באמערקסט אפילע ניט, װאָס פאר א שיינע מויד עס האלט אף דיר אין איין קוקן.

-- און איר באמערקט דאפקע יאָ!

-- װאָס זשע, כ'האָב קיין אויגן ניט?!

ליגנדיק מיטן קאָפּ אראָפּ, האָט ארקאדי זיך א זײַטל געטאָן אף סעמיאָן יעווסייעוויטשן מיט אן אויג, א פולן מיט שפּאסיקן געלעכטער:

-- געדענקט, כ'וועל דערציילן אײַער אלטיטשקער, װעט זי אײַך דערלאנגען א פּסאק.

-- דערצייל, דערצייל וועגן מיר, --האָט אין דעם זעלבן שפּאסיקן טאָן געענטפערט סעמיאָן יעווסייעוויטש, -- וועגן זיך װעסטו דאָך ניט האָבן װאָס צו דערציילן..

ארקאדי האָט ניט געענטפערט. אָנגענומען א הויפן זאֹמד, האָט ער פּאמעלעך אים דורכ- געלאָזט דורך די פינגער, אזוי איינעם, א צווייטן, א דריטן..

שטיל און ערנסט האָט סעמיאָן יעווסייעוויטש א זאָג געטאָן:

-- אָט האָסטו מיר נעכטן דערציילט וועגן זיך. א סאך דערציילט. געדענקסטו כאָטש אָבער, אנטקעגן װאָס ס'איז צו רייד געקומען?

92

-- אנטקעגן װאָס?--האָט פארטראכטערהייט איבערגעפרעגט ארקאדי, אלץ נאָך בא- שעפטיקט מיטן זאמד, -- איך געדענק ניט. |

-- און איך געדענק,

-- אנטקעגן װאָס?

-- אנטקעגן דעם, װאָס איך האָב דיר געזאָגט, אז ביכלאל ביסטו א יאט --א כוואט, נאָר קומט צו מיידלעך, שטעלן זיך די פערד אונטערן בארג... האָסטו מיר געענטפערט, אז אָט די זאך איז ניט פון די פּאָשעטע און גענומען דערציילן.. }זי :

-- יאָ, יאָ, כ'האָב זיך דערמאָנט, -- האָט געענטפערט ארקאדי און צוגעגעבן: --נו, אָט, האָב איך אײַך דערציילט. דערציילט וועגן מײַן מוטער... דערציילט וועגן זאָיען.. דאָס איז אײַך װײניק?

-- צוליב װאָס --- װײיניק?

-- צוליב פארשטיין.

-- װאָס פארשטיין?

-- פארװאָס ס'האָט בא מיר אָפּגעשלאָגן דעם כיישעק צו קענען זיך נאָענט מיט פרויען.

-- װאָס זשע, מיינסט אלע פרויען זײַנען אזעלכע, װוי...

-- איך מיין גאָרניט.

-- ביסט דאָך אָבער א יונגער באָכער, דער רועך זאָל דיך נעמען!

-- איז װאָס?

-- ציט דיך גאָרניט אן אקסל צו אָט אזא, װי די בלאָנדע; פונעם שכיינישן טיש?

-- װעל איך זיך פארליבן אין א פרוי, װעט ציִען צו איר ניט נאָר אן אקסל--דער גאנצער גוף מיט דער גאנצער נעשאָמע. און אזוי, אָן ליבע, -- צו װאָס?

-- נו און מיט ליבע, איז שוין געווען בא דיר?

-- כ'האָב אמאָל געמיינט, אז ס'איז געווען זאָיע, נאָר דעמלט האָב איך, װײַזט אויס, א טאָעס געהאט.

-- און איצט?

-- איצט איז בא מיר קיינער ניטאָ. ס'הייסט, פאראן באקאנטע, כאוויירים, פרײַנט. קיין געליבטע -- ניט.

-- מאָדנע, זייער מאָדנע, -- האָט שטיל, פאר-זיך, א מורמל געטאָן סעמיאָן יעווסייעוויטש.

-- פארװאָס מאָדנע! -- האָט איבערגעפרעגט ארקאדי.

-- ניט דאָס מיין איך, -- האָט געענטפערט סעמיאָן יעווסייעוויטש.--איך טראכט גאָר וועגן עפּעס אנדערש. פארשטייסט, איך קען נאָך איין מענטשן, װאָס האלט פּונקט, וי דו..

-- מיקויעך װאָס?

--- מיקויעך ליבע. ליבע -- אלץ. אָן ליבע -- גאָרניט.

-- ווער איז דער מענטש?

--- מלַן אייניקל,

-- איר האָט אן אײיניקל?

-- שיין געזאָגט! איין אייניקל האָב איך?! קיין אײַנהאָרע, א האלבן טוץ.

-- איך פארשטיי, נאָר איך מיין...

-- די, װאָס זאָגט אזוי?! יאָ, א טײַער קינד. פארענדיקט א מעדיצינישן אינסטיטוט, ארבעט שוין, און כאסענע האָבן --ניט. מיינסט עפשער --א פארזעעניש! א יעפאס-טויאר! מע קוקט זיך אף איר אום אין גאס, נאָר אָט, װי דו: אָן ליבע --ניט... -- סעמיאָן יעווסייעוויטש האָט מיטאמאָל איבערגעשלאָגן זיך אליין. -- ליבע-שמיבע! געפונען, װוּ צו רעדן פון אזעלכע הויכע מאטעריעס. פון מיר װעט שוין דאָ באלד װוערן א פּרעזשעניצע... אָט גייט דער קאטיער. פאָרן מיר אין סאנאטאָרי?

-- איך װעל נאָך איין מאָל זיך א באָד טאָן, -- האָט געזאָגט ארקאדי. װי א פּרוזשינע אופגעשפּרונגען, אװעקגעלאָפן צום וואסער און ראפּטאָם זיך א װאָרף געטאָן אין די כוואליעס. זיי האָבן אים אונטערגעכאפּט און פלינק אװעקגעטראָגן אין זייער זוניקער צעװיגטקײַט.

...אהיים האָט מען זיך אומגעקערט פאר אָװנטברויט. מע האָט זיך אופגעהויבן צו זיך אין צימער.

-- דו, װי דו וילסט, -- האָט געמאָלדן סעמיאָן יעווסייעוויטש,---איך מוז זיך צולייגן כאָטשבי אף א האלבער שאָ. די זון האָט מיך הײַנט אינגאנצן פּריטשמעליעט.

--- לייגט זיך, לייגט זיך, --- האָט צוגעשטימט ארקאדי.

-- און דו?

-- איך װעל אָט דעם איניען לאָזן אף באנאכט. און דערװײַל.. דערװײַל, װילט איר,

53

װעל איך אראָפּלויפן א קוק טאָן די פּאָטשט. איר ווארט דאָך אף א בריוו פון דער היים, װעל איך אים אײַך ברענגען.

-- אָט-אָט, טו מיר די טויווע.

ארקאדי איז ארויס פון צימער און אין עטלעכע מינוט ארום איז ער שוין געווען צוריק מיט א קאָנװערט אין האנט. י

-- א דאנק, א דאנק!--האָט סעמיאָן יעװסייעוויטש זיך אונטערגעהויבן, --דערלאנגט מיר אים אָקאָרשט, דעם בריװועץ!

-- אײַלט זיך ניט צו דאנקען, --האָט געזאָגט ארקאדי, -- און כאפּט ניט..

-- װאָס זשע, װעסט מיר עפשער צווינגען גיין א טאנץ?

-- בעשום-אויפן! טאנצן װעל איך אליין..

-- איז דיר א בריוו! -- האָט זיך פארכידעשט גרינבוים.

-- יאָ.

-- אבי האָסט געזאָגט --ניט קיין אייגענע, ניט קיין קרויווים און ווארטסט פון קיינעם ניט אף קיין בריוו.

-- איך האָב אָבער א בריגאדע, און אין איר ארבעטן טײַערע כעװורע, נאָך בעסער פון קרויווים.

-- נו, אויב אזוי, װעל איך טאקע א דרעמל טאָן, -- האָט געזאָגט סעמיאָן יעווסייעוויטש. ארקאדי האָט אופגעריסן דעם קאָנװערט, ארויסגענומען דעם בריוו און.. אופגעציטערט-- אזא דונער האָט פּלוצעם אופגעטרייסלט דאָס צימער. ער האָט זיך מיט כידעש ארומגעקוקט -- דאָס האָט זײַן אלטער שאָכן דערלאנגט א כראָפּע...

אף די שפּיץ פינגער איז ארקאדי ארויס פון צימער. אין וועסטיביול זיך אראָפּגעלאָזט אין א פאָטעל, און איז באלד אופגעשפּרונגען, װי נאָר ער האָט איבערגעלייענט דעם בריוו. דערנאָך זיך אוועקגעזעצט און נאָכאמאָל איבערגעלייענט. זיך אופגעהויבן צו זייער צימערל, געשטאנען א ביסל בא דער טיר. ,נו, דערלאנגט ער, דער אלטער,--האָט ער א טראכט געטאָן, --א גליק, װאָס באנאכט שלאָף איך אזוי, אז איך הער ניט"... ער האָט זיך קוים דער- ווארט, אף יענער זײַט טיר זאָל שטיל װערן, און איז ארײַן מיט דעם בריוו אין האנט.

סעמיאָן יעווסייעוויטש האָט זיך געריבן די אויגן.

-- װווּ ביסטו געוװוען!

-- ארויס איבערלייענען דעם בריוו.

-- דאָ האָט דיר עמעצער געשטערט?

-- ניין, קיינער...

-- איז װאָס זשע?

-- איר האָט דערלאנגט, קיין אײַנהאָרע, א כראָפּע...

--- ווידער?

-- נאָך א מין!

-- אָט א כאלאס! -- האָט גרינבוים אף זיך אליין זיך אָנגעברויגעזט.

-- נאָר איך בין אײַך מויכל דאָס כראָפּען. הערט בעסער, װאָס מע שרײַבט מיר!

-- נו, קאָרשט, נו, קאָרשט! איך זע, ביסט צופרידן פונעם בריוו?

-- װי זשע? ערשטנס, שרײַבן מיר די כעוורע, האָבן זיי שוין אויסגעפילט דעם פּלאן אָט: ,עס זײַנען דורך ערשט צוויי דעקאדעס, נאָר דער כוידעש-פּלאן איז שוין בא אונדז אין קעשענע". , און פאר דער געבליבענער דעקאדע, -- שרײַבן זיי, --- וועלן מיר דערלאנגען נאָך א האלבן פּלאן". גאָלדענע כעװורע! , מיין ניט, -- שרײַבן זיי, -- אז אָן דיר װעט ניט זײַן קיין טאָלק. װי דו זעסט, באגייען מיר זיך גאנץ פײַן אָן דיר... נאָר פונדעסטוועגן, --- גיבן זיי צו, -- קום גיכער, מיט דיר גייט עס צו פריילעכער." אָט כעװװורע!

-- װאָס נאָך שרײַבן זײי?-- האָט געפרעגט גרינבוים..--איך זע, דער בריוו איזן א היפּשער,

-- און נאָך שרײַבן זיי װועגן וואלערין. ,זינט דו ביסט אװעקגעפאָרן,--- שרײַבן זיי, --- איז אים ניט צו דערקענען. שוין באלד דרײַ װאָכן, און פאר אָט דער גאנצער צײַט-- קיין איין פּראָגול, קיין איין מאָל האָט מען אים ניט געזען שיקער. עס גלייבט זיך מאמעש ניט". נו, דערמיט האָבן זיי מיך דערפרייט.

-- װאָס איז עס פאר א וואלערי?

-- אָ, דאָס איז א גאנצע געשיכטע. א באָכער פון אונדזער זאװאָד, פון די -- מיט ברייטע הויזן, לאנגע פּאטלעס, און די האסאָגעס -- קורצע: אויסטרינקען, א טאנץ טאָן מיט א מיידל, א כוליגאנעווע טאָן... איר ווייסט, װי עס הייבט אָן אמאָל פוילן אן עפּל---פון דער שאָלעכץ.

4

שייל זי אָפּ, און דער עפּל איז געראטעוועט. טוסטו עס אָבער ניט, הייבט אָן פוילן װײַטער און דעמלט דארף מען אים ארויסווארפן. אזוי --אָט דער באָכער. כ'האָב זיך צוגעקוקט צו אים, און זע -- אינװײיניק איז ער גאנץ, עס קאָן נאָך זײַן פון אים א מענטש. זאָג איך אים -- ס'איז גראָד געווען פאר מײַן אָפּפאָרן אהער, אין סאנאטאָרי: ,כ'וועל דיר העלפן אָנקומען אין א גוטער בריגאדע (איצט ארבעט ער אף א שטאמפּ), נאָר מיט א טנײַ: ביז כוועל זיך אומקערן, -- קיין איין פּראָגול, קיין איין מאָל זאָל מען דיך ניט זען שיקער, קיין איין בראק אין דער ארבעט"... נו, און אָט זעט איר, װאָס די כעוורע שרײַבן. זיי ווייסן ניט, פונוואנען דאָס האָט זיך גענומען. דערמיט האָבן זיי מיך דערפרייט נאָך מער, וי מיטן אויסגעפילטן פּלאן.

-- ער קער זיך מיט דיר עפּעס אָן, אָט דער וואלערי?-- האָט גרינבוים געפרעגט. א לענגערע װײַלע האָט ארקאדי געשוויגן.

-- סעמיאָן יעווסייעוויטש, -- האָט ער ענדלעך געזאָגט, --איר זאָלט בא מיר אזוינס פרעגן. אף אײַך האָב איך זיך עס ניט געריכט. װאָס הייסט -- צי ער קער זיך מיר עפּעס אָן! אוואדע, ער קער זיך מיר אָן--א מענטש.. איך און איר, מיר זײַנען ניט קיין לײַבלעכע קרויווים, נאָר איינער פארן אנדערן זײַנען מיר אלע פאראנטװאָרטלעך, װי זשע אנדערש!

-- אזוי טראכטסטו! -- האָט גרינבוים געפרעגט, ניט אראָפּלאָזנדיק פון אים דאָס אױיג.

-- יאָ. איר האלט, אז כ'בין ניט גערעכט?

-- ניין, ניין, דאָס זאָג איך ניט, -- האָט זיך אָנגערופן סעמיאָן יעווסייעוויטש.

-- נאָך הײַנט װעל איך די כעוורע מײַנע ענטפערן מיט א גרויסן בריוו, -- האָט אופגע- לייגט זיך אָנגערופן ארקאדי. -- איך לויף טאקע שוין אף דער פּאָטשט.

ער איז ארויס פון צימער.

טײַערער באָכער, -- האָט א טראכט געטאָן גרינבוים. -- פון די, װאָס אלץ אף דער וועלט גייט זיי אָן". און נאָך האָט ער א קלער געטאָן; אפילע דער קראסאוויצע--דער איבערקלײַבערן, דעם אייניקל זײַנעם, װאָלט אזא איינער, דאכט זיך, אויך געפעלן.

באגעגנט האָבן זיי זיך שוין באם אָװנטברויט.

-- נו, האָסט אָפּגעשיקט דײַן גרויסן בריוו?-- האָט געפרעגט סעמיאָן יעווסייעוויטש.

-- ניין.

-- פארװאָס?

-- ביז איך בין געקומען אף דער פּאָטשט, האָב איך זיך באטראכט, אז אלץ, װאָס כ'האָב געװאָלט זאָגן אין מײַן ענטפער, קאָן מען זאָגן א סאך קירצער.

-- װאָס זשע האָסטו געטאָן?

-- געשיקט א טעלעגראם.

-- א גרויסע?

-- דרײַ װערטער: ,פּאָזדראװליאיו טאק דערזשאט". דאָרט, װוּ מע קאָן זאָגן קורץ, דארף מען ניט ריידן לאנג, װי מיינט איר?

-- איך מיין אויך אזוי, -- האָט געענטפערט גרינבוים,

10

ארקאדי האָט אָנגעהויבן פארפאלן וװערן אין די אָװנטן. נאָך אָװנטברױט --ניטאָ. איינ- מאָל איז ער געקומען, ווען גרינבוים איז שוין געשלאָפן און האָט ניט געהערט. א צווייט מאָל האָט יענער זיך געמאכט ניט הערנדיק. צום דריטן מאָל האָט ער א פרעג געטאָן:

-- ארקאדי, װאָס קומט עס פאָר?

-- גאָרניט.

-- אָבער פאָרט?

-- גאָרניט.

-- נו, נו, -- האָט א מאך געטאָן גרינבוים און זיך אויסגעקערט מיטן פּאָנעם צו דער וואנט. --'א גוטע נאכט, ארקאדי!

-- א גוטע נאכט.

פונעם דיל ביז דער סטעליע האָט אין א װײַלע ארום דאָס צימערל געציטערט פון א היל- כיקן כראָפּען. נאָר ארקאדי איז ניט געשלאָפן ניט דערפאר, װײַל דאָס כראָפּען האָט אים גע- שטערט. ער האָט געהערט דאָס כראָפּען, װײַל ער איז ניט געשלאָפן. און שלאָפן האָט ער איצט ניט געקאָנט.

פפ

אף מאָרגן איז ער ניט געקומען נעכטיקן. דאָס האָט שוין סעמיאָן יעווסייעוויטשן ניט אף קאטאָוועס באומרויקט. מאלע װאָס? ער האָט אינמיטן דער נאכט געװאָלט אפילע קלינגען צו דער דעזשורנע פון סאנאטאָרי, נאָר האָט זיך באטראכט: װוער ווייסט, א יונגער באָכער, ער קאָן אים נאָך אמאָל אונטערפירן. האָט ער ניט געקלונגען. נאָר אליין שוין ניט צוגעמאכט מיט קיין אויג. װוּ קאָן ער זײַן?

קאיאָר, ס'איז שוין געווען ליכטיק, האָט ארקאדי זיך ארײַנגעשטעלט. אף די שפּיץ פינגער צוגעגאנגען צו זײַן געלעגער און א פאל געטאָן אף דעם, װי ער שטייט און גייט.

גרינבוים האָט ניט אויסגעהאלטן.

-- ארקאדי, -- האָט ער זיך אָנגערופן, -- ס'געפעלט מיר ניט די מײַסע,

-- װאָס פאר א מײַסע?

-- ניט געקומען די גאנצע נאכט. כ'האָב ניט געװוּסט װאָס איבערצוטראכטן.

-- װאָס זשע, כ'בין א קליינינקער?

-- מאלע װאָס...

-- גאָרניט,

-- אָבער פאָרט?

-- פאָרט? אײַך, סעמיאָן יעווסייעוויטש, דארף אָט די מײַסע דאפקע געפעלן,

-- מיר?

-- יאָ,

-- פארװאָס?

-- די גאנצע צײַט האָט איר מיר אופגעװאָרפן, האלעמײַ איך פיר זיך צו לײַטיש, גאָר- ניט וי קיין יונגער באָכער, איז אָט..

-- אף אזויפיל האָב איך ניט געמיינט,

-- איך אליין האָב אויך ניט געמיינט, -- האָט געזאָגט ארקאדי און א בעט געטאָן: --- מיר זועלן ריידן וועגן דעם אן אנדערש מאָל, גוט? איצט וויל איך שלאָפן.

-- גוט.

בייסן מיטיק האָט גרינבוים א קוק געטאָן צום שכיינישן טישל,

-- עפּעס זע איך ניט די בלאָנדע.

ארקאדי האָט געשוויגן.

-- געוויינלעך פארשפּעטיקט זי ניט, -- האָט גרינבוים באמערקט.

-- זי װעט שוין מער ניט זײַן, -- האָט געזאָגט ארקאדי,

-- װאָס איז?!

-- אװועקגעפאָרן.

-- פארענדיקט דעם טערמין?

-- ניין, זי האָט נאָך געהאט עטלעכע טעג.

-- טאָ װאָס זשע?

-- אזוי,

מער האָט גרינבוים גאָרניט געפרעגט.

אין אָװונט איז ארקאדי מער אין ערגעץ ניט געגאנגען, געווען אין צימער. נאָר ער האָט ניט געלייענט, וי געוויינלעך. געלעגן אף זײַן געלעגער מיט פארקלעמטע הענט הינטערן קאָפּ און געקוקט אף דער סטעליע. גרינבוים אף זײַן געלעגער האָט עטלעכע מאָל אָפּגעלײגט און ווידער גענומען אין האנט א זשורנאל, נאָר ער האָט אפילע אין אים ניט ארײַנגעקוקט. ענדלעך האָט ער זיך אָנגערופן:

-- ארקאדי...

-- װאָס?

-- איך פרעג בא דיר גאָרניט,

-- גוט טוט איר.

-- װאָס זשע?

--- ווען איר פרעגט, װאָלט איך אײַך גאָרניט דערציילט.

-- און אזוי?

-- אזוי װעל איך אײַך, עפשער, יאָ דערציילן, נאָר ניט איצט, אן אנדערש מאָל,

דערציילט האָט ער דעם זעלבן אָװנט,

..אלץ האָט זיך אָנגעהױבן פון דער עקסקורסיע אין דער נאָענטער יאמשטאָט. גרינבוים איז דאן ניט געפאָרן, װײַל ער האָט זיך געפילט ניט מיט אלעמען. עס האָט זיך אזוי געמאכט, אז אן עלטערע פולע דאמע, וועלכע איז געזעסן אין אװטאָבוס אף די הינטערשטע ערטער לעבן אר-

6

קאדין, האָט זיך גענומען קלאָגן, אז איר איז ניט באקוועם, עס טרייסלט דאָ צו שטארק. די בלאָנדע, וועלכע איז געזעסן עטװאָס פונפאָרנט, האָט עס דערהערט און פאָרגעלייגט דער דאמע זיך בײַטן מיט די ערטער. יענע האָט זי באדאנקט, און די בלאָנדע האָט זיך אוועקגעזעצט לעבן ארקאדין. א שטיק ועג איז מען געפאָרן שװײַגנדיק. דערנאָך האָט די פרוי געפרעגט:

-- פארװאָס זײַט איר דאָ הײַנט אָן אײַער שטענדיקן באגלייטער?

-- ער פילט זיך ניט מיט אלעמען,

-- האָב איך, הייסט עס, אים צו פארדאנקען? -- האָט זי געזאָגט,

-- איר -- אים? ישר . יאָ. -- פארװװואָס?

-- ווען ער זאָל דאָ זײַן, װי װאָלט איך געהאט די מעגלעכקײַט זיך צוזעצן לעבן אײַך?

-- דאָס איז אזא גרויס גליק! -- האָט ארקאדי א לאך געטאָן.

-- מעגלעך, יאָ, -- האָט די פרוי ערנסט געענטפערט און א קוק געטאָן אים גלײַך אין די אויגן. ערשט איצט האָט ער באמערקט (פריער האָט ער זיך ניט צוגעקוקט), אז די אױגן זײַנען בא איר ניט קיין בלויע, און ניט קיין גרויע, נאָר װי פון א מין העלן אש-קאָליר. פון אינװײיניק פון די גרויסע שווארצאפּלען קוקט ארויס בא איר עפּעס טיף טרויעריקס. אין דער רעגע, װאָס זי האָט געקוקט אף אים, האָט אים, ניט צו װויסן פון װאָס, עפּעס פארקלעמט באם הארצן,

-- פאר אײַך איז עס ניט קיין גליק! -- האָט זי געפרעגט.

פארשטייט זיך, ער האָט געדארפט ענטפערן, אז יאָ, -- א גליק. נאָר לײַגן האָט ער ניט געקאָנט. אָפּקומען, װי מע טוט אין אזעלכע פאלן, מיט א װויץ? נאָר אין איר פראגע האָט ער אופגעכאפּט עפּעס צו ערנסטס, ענטפערן דערוף מיט א וויץ װאָלט געווען ניט ערלעך. האָט ער געשוויגן,

-- װאָס זשע שװײַגט איר! -- האָט זי אין א װײַלע ארום געפרעגט.

-- גליק, פארשטייט איר, -- דאָס איז צו א גרויסער באגריף--- מע דארף זיך מיט אים ניט ווארפן,

-- אהא, איך פארשטיי, -- האָט זי א מאך געטאָן, און ניט קלאָר איז געווען, צי פארשטייט זי טאקע װאָס ער מיינט, צי זי האָט דערבײַ אירן, אן אייגענעם מיין. ביז מע איז געקומען אפן אָרט, האָט מען מער ניט גערעדט, אופמערקזאם געהערט דעם גיד. באם אראָפּשטײַגן פון אוו" טאָבוס אין שטאָט האָט די בלאָנדע גענומען ארקאדין אונטער דער האנט,

-- איר האָט ניט קעגן, -- האָט זי געפרעגט, -- צו זײַן הײַנט מײַן קאוואלער?

-- ערשטנס, בין איך זייער א שלעכטער קאוואלער, -- האָט ער אָנגעהױיבן.

-- דאָס ווייס איך, -- האָט זי אים איבערגעשלאָגן. -- און צווייטנס?

-- צווייטנס, האָב איך זייער פּײַנט אָט דאָס װאָרט אליין. נאָר אויב איר ווילט..

זײַנען זי שוין די גאנצע צײַט בייס דער עקסקורסיע געווען צוזאמען. אף איינעם פון די שטאָטישע פּלעצער, בא אן אלטן דענקמאָל, ווען דער גיד האָט דערקלערט װער, ווען און וועמען עס האָט אָט דעם דענקמאָל געשטעלט, האָט זשאנע (אזוי האָט מען די בלאָנדע גע- רופן) געזאָגט:

-- ארקאדי, איר זײַט א ריכטיקער מענטש.

-- װאָס הייסט עס? -- האָט ער ניט פארשטאנען,

-- אוב ס'איז אָנגעשריבן: ,די גאס דורכגיין אין דעם אָרט", װעט איר זי אין קיין אנ- דערן ניט דורכגיין?

-- צו װאָס דארף מען -- אין אן אנדערן?

-- עס קאָן זיך דאָך מאכן א סיבע,

-- אויב א סיבע..

-- און אוב אָן א סיבע!

-- צו װאָס?

-- און איך בין אן אנדערע,---האָט זי א זאָג געטאָן, א װאָרף געבנדיק מיט די העל- בלאָנדע לאָקן, -- כ'האָב ביכלאל ניט ליב, מע זאָל מיר אָנװײַזן: דאָ שטיי, דאָ גיי. מיר װוילט זיך דאן דאפקע גיין און שטיין אין אן אנדער אָרט,

-- פארװאָס?

-- גלאט אזוי,

-- װאָס הייסט --גלאט אזוי?

-- אפצולאָכעס! אײַך ווילט זיך קיינמאָל ניט עפּעס אופטאָן אפצולאָכעס!

7

-- וועמען אפצולאָכעס?

-- ניט וויכטיק וועמען, אמאָל אפילע זיך אליין.

ארקאדי האָט א צוק געטאָן מיט אן אקסל.

שפּעטער איז קלאָר געװאָרן, צוליב װאָס זי האָט עס געפרעגט. ווען די עקסקורסיע האָט זיך פארענדיקט און מע האָט זיך שוין געקליבן ארײַנזעצן אין אװטאָבוס, קעדיי פאָרן צוריק אין סאנאטאָרי, האָט זי פּלוצעם א זאָג געטאָן:

-- איך האָב צו אײַך א ביטע.

-- װאָס?

-- נאָר איך האָב מוירע, אז איר װועט זי ניט אויספילן,

-- קוקנדיק װאָס.

-- לאָמיר בלײַבן...

--- וויאזוי? וווּ?

-- נו, נאָך א ביסל, אָן דער עקסקורסיע, א גיי טאָן איבער דער שטאָט. -- אין איר בליק, װאָס זי האָט אופגעהויבן צו אים, איז געווען אזוינס, אז ארקאדי האָט דערפילט: ער װעט איר ניט קאָנען אָפּזאָגן.

-- גוט, -- האָט ער א שאָקל געטאָן מיטן קאָפּ.

-- בראוואָ, בראוואָ! -- האָט זי אונטערגעטאנצט, פּליעסקענדיק מיט די שמאָלע דלאָנקע- לעך. -- זײַט איר, װײַזט זיך ארויס, גאָר ניט אזא ריכטיקער מענטש.

-- דאָס פירט איר מיך אראָפּ פון וועג, -- האָט ער א שמייכל געטאָן.

-- אָ, איך װעל אײַך ערשט אראָפּפירן, -- האָט זי, א צופרידענע, אים א דראָע געטאָן מיט א פינגער.

דעם מאסאָװיק, װאָס האָט באגלייט די עקסקורסיע, האָט ארקאדי געזאָגט, אז זיי װעלן זיך אומקערן שפּעטער מיט דער עלעקטריטשקע, -- און מע איז אוועק. בארג-ארוף, בארג-אראָפּ--- די שטאָט איז געווען א בארגיקע -- דורך גאסן און געסלעך, ביז זשאנע האָט געזאָגט:

-- מער קאָן איך ניט. איך פיל שוין ניט קיין פיס.

-- לאָמיר זיך צוזעצן, -- האָט ער פאָרגעלייגט. זיי זײַנען פּונקט געגאנגען דורך א סקווער. אף זײַן גאנצער לענג זײַנען אף די בענק געזעסן עלטערע לײַט, פּענסיאָנערן, יונגי- טשקע מאמעס און אלטע באָבעס מיט פארשיײדנקאָליריקע קינדער-וועגעלעך. קיין ליידיקע בענק יײַנען ניט געווען, האָבן זשאנע און ארקאדי זיך צוגעזעצט אף איינער, װוּ אפן אנדערן עק איז געזעסן אן אלטיטשקער מיט א שקארמיצל. פון מאָל צו מאָל האָט ער א שאָט געטאָן פונעם שקארמיצל א ביסל הירזש און צו אים זײַנען ראשיק אראָפּגעפלױגן טשאטעס טויבן פון די ארומיקע ביימער.

--- מיר װעלן אײַך ניט שטערן?-- האָט זשאנע געפרעגט באם אלטיטשקן.

-- אויב איר וועט ניט פאנאנדערטרײַבן מײַנע טויבן.

זשאנע האָט זיך אוועקגעזעצט מיט דער פּלײצע צום אלטיטשקן און אָנגעשטעלט אף אר- קאדין א שװײַגנדיקן בליק. געווען איז אין אָט דעם בליק אי עפּעס טרויעריקס, אי װי א מין מאָנונג און נאָך עפּעס, װאָס ער האָט זיך אליין ניט געקאָנט דערקלערן װאָס איז עס אזוינס.

זי האָט אלץ געשוויגן, האָט ער געזאָגט:

-- איר קוקט עפּעס די גאנצע צײַט אף מיר אזוי, וי אײַך זאָל עפּעס פון מיר ארויסקומען,

-- ריכטיק, -- האָט זי געענטפערט, -- ס'קומט ארויס. -- געזאָגט האָט זי עס שטיל, קוים עפענענדיק די ליפּן.

-- אײַך -- פון מיר?

-- יאָ.

-- װאָס זשע?

נאָך א װײַלע האָט זי געקוקט אף אים שװײַגנדיק און ענדלעך א זאָג געטאָן:

-- וווּ נעמען זיך אזעלכע הארצלאָזע מענטשן?

-- וי װער? -- האָט ער ניט פארשטאנען,

-- וי איר.

-- וי איך?

-- יאָ, יאָ, איר. איר פארשטייט נאָך אלץ ניט?

-- איך הייב ניט אָן צו פארשטיין...

-- אָטיאָט, -- האָט זי אראָפּגעלאָזט דעם בלאָנדן קאָפּ, --- און איר פרעגט נאָך, װער ס'איז הארצלאָז, -- זי האָט אופגעהויבן אף אים א פּײַנפולן בליק, און אירע אש-קאָלירענע אױגן האָבן געגלאנצט פון פײַכטקײַט.-- שוין צוויי װאָכן צײַט לאָז איך פון אײַך ניט אראָפּ קיין

58

2 == 2. 2 :

ט א אי א צאא'א א א א א

אט 4

/ 2

0205 א אט א

וי 2 6 4 על 5 ו נטווווווש 2

, : /*/ 4

ֿ, וו 1 , 20 ,

ו

:

: 6

: : = וי א ראט פא אי על אל ריט יב

7

א

אי

ָ

אויג -- באם פרישטיק, באם מיטיק, באם אָװונטברויט. אפן פּליאזש, באם טעניס -- װװוּ איר, דאָרט בין איך. און איר באמערקט ניט, איך דערנידעריק זיך און פרעג בא אײַך, צי גייט איר ניט אין

קלוב אף טענץ, ענטפערט איר, אז אײַך ווילט זיך ניט. זאָגט, ניט שוין זשע בין איך אזא מיַע- סע, אזא ניט אינטערעסאנטע פרוי?

-- װער זאָגט דען!---האָט ער געשטאמלט, ניט פארשטייענדיק פונוואנען האָט זיך גענו- מען און פארװאָס קומט אים אָט דער האָגל באשולדיקונגען. און זי:

-- כ'פארשטיי, ס'איז ניט אָנשטענדיק, ניט גוט פון מײַן זײַט דאָס אלץ, װאָס איך זאָג אײַך. נאָר מער קאָן איך ניט.--- זי האָט זיך צעװיינט, און װײַטער -- דורך טרערן: -- כ'בין הײַנט געפאָרן מיט דער עקסקורסיע, װײַל איר זײַנט געפאָרן. און װוען די דיקע דאמע האָט זיך גענומען קלאָגן אפן אָרט, האָב איך פארשטאנען: הײַנט לייזט זיך מײַן גוירל..

59

-- זשאנע, װאָס פאר א גוירל? וועגן װאָס רעדט איר?---ער האָט זי אָנגענומען בא דער האנט, זײַן שטים איז געווען ווייך. אים איז געווען א שאָד צו זען אירע טרערן, און ער האָט נאָך אלץ ניט גאָר באנומען אין װאָס דאָ גייט, אזוי װײַט איז ער געווען פון דעם, װאָס זי האָט גערעדט. -- בארויקט זיך, זשאנע. ׂ

-- דאָס איז אזא דערנידעריקונג פאר א פרוי, -- האָט זי פאָרגעזעצט דורך טרערן, -- זאָגן דער ערשטער אלץ, װאָס איך זאָג אײַך. און איר -- אזא הארצלאָזער. גאָרניט פילט איר ניט, גאָרניט פארשטייט איר ניט..,

-- אָבער װאָס דארף איך פארשטיין?

זי האָט שוין ניט געוויינט, נאָר אין די אויגן זײַנען נאָך געשטאנען טרערן. דורך אָט די טרערן האָט זיך געדאכט, אז די אויגן זײַנען נאָך גרעסער, װי זיי זײַנען געווען אינדערעמעסן. מיט אָט די אויגן האָט זי אים א װײַלע אָנגעקוקט מיט א בליק, אין וועלכן עס זײַנען געווען אויסגעמישט כידעש, צאָרן און אנציקונג, און האָט שטיל ארױיסגעשעפּטשעט:

-- איר דארפט פארשטיין, אז מע האָט אײַך ליב, טשורבאן װאָס איר זײַט,

-- ליב? -- האָט ער זיך פארכידעשט. -- ליב?

-- יאָ, יאָ, יאָ!

-- אָבער... נאָר...

-- כ'פארשטיי װאָס איר וילט זאָגן, -- האָט זי זיך אָנגערופן, -- איר האָט ניט ליב.

-- ניין... יאָ, ס'הייסט, ניין... נאָר...

-- מע דארף איצט מער גאָרניט זאָגן, -- האָט זי אים א שעפּטשע געטאָן. -- איר הערט, גאָרניט. מיר איז שוין גוט דערפון אליין, װאָס איך האָב געזאָגט. קומט!

זיי האָבן זיך אופגעהויבן.

-- מיר האָבן ניט געשטערט אײַערע טויבן?--האָט זשאנע זיך א קער געטאָן צום אלטיטשקן,

-- ניין, -- האָט יענער זיך צעלאכט, --איר האָט אליין געװאָרקעט, װי די טײַבעלעך..

-- איר האָט געהערט? -- האָט זשאנע א פרעג געטאָן.

-- מע דארף דען הערן? ס'איז גענוג צו זען, -- האָט געענטפערט דער אלטיטשקער. -- איך ווינטש אײַך גליק! -- פונעם שקארמיצל האָט ער א שאָט געטאָן נאָך א ביסל הירזש, און מיט א פריילעכער פלאטערניש האָט פון אנטקעגנדיקן בוים א נײַע טשאטע טויבן זיך אראָפּי געלאָזט בא זײַנע פיס.

אין סאנאטאָרי האָבן זיי זיך אומגעקערט שפּעט, מע האָט שוין געהאלטן בא פארמאכן די קאָרפּוסן אף באנאכט. אין דער טאָפּאָל-אלײע האָט זי אים פעסט ארומגענומען און א קוש געטאָן. ער האָט זיך א נייג געטאָן, זי האָט געמיינט, ער וויל זי אויך א קוש טאָן, האָט זי א מאך געטאָן מיט דער האנט: ,מע דארף ניט!?", און איז אװעקגעלאָפן צו זיך אין קאָרפּוס.

אף מאָרגן זײַנען זי צוזאמען געװוען אפן פּליאזש, צוזאמען געשפּילט אין טעניס, נאָך אָװנטברױט לאנג שפּאצירט. מע האָט גערעדט װעגן פארשיידענע זאכן. נאָר טאָמער האָט זיך איר געדאכט, אז ער וויל זיך אומקערן צו זייער נעכטיקן געשפּרעך אין סקווער, האָט זי אפגיך צוגעלייגט איר שמאָלינק דלאָנקעלע צו זײַנע ליפּן.

-- מע דארף ניט. שװײַג. מיר איז גוט אזוי..

אומבאמערקט זײַנען זיי אריבער אף ,דו". ס'האָט זיך ארויסגעוויזן, אז זיי זײַנען אין איינע יאָרן, זי איז אפילע אף א פּאָר כאדאָשים עלטער. אים האָט עס זייער פארכידעשט. ניט הויך, גראצלעז, האָט זי אויסגעזען מיט אירע לײַןיװײַסע לאָקן א סאך ייַנגער --קימאט א מיידעלע, א כיינעוודיק, שטיפעריש מיידעלע. זי האָט די גאנצע צײַט געלאכט, דערציילט פארשיידענע געשיכטעס, געווען אופגעלייגט. און אים האָט װאָס װײַטער אלץ מער באהערשט א שווער געפיל, װי ער זאָל אין עפּעס זיך האָבן שטארק פארשולדיקט. באזונדערס האָט אָט דאָס געפיל זיך פארשטארקט, ווען זי האָט אים גענויער דערציילט וועגן זיך. װײַזט זיך ארויס, זי איז פארהייראט...

-- דאָס כידעשט דיך? -- האָט זי געפרעגט, באמערקט זײַן בליק.

-- ניין, -- האָט ער זיך עטװאָס פארלוירן. -- כ'האָב פּאָשעט וועגן דעם ניט געטראכט. נאָר אפן אויסזען ביסטו נאָך אזוי יונג... און אזוי לײַכטזיניק, -- האָט ער צוגעגעבן, --אז כ'האָב זיך בעעמעס ניט פאָרגעשטעלט.

-- דאָס געפעלט מיר דאפקע, -- האָט זי זיך צעלאכט.

-- און --א קינד?

-- פארשטייט זיך. א טעכטערל סאשענקע, זי האָט שוין פארענדיקט דעם ערשטן קלאס. מיך האָט מען אויסגעכאפּט, ווען איך בין נאָך קיין פולע אכצן ניט אלט געווען..

60

-- װער איז דער מאז?

-- אָ, א וואזשנער, א שטרענגער אזא... מיט װאָנצֶעס, .

-- עלטער פון דיר?

-- אף צען יאָר.

-- װאָס טוט ער?

-- א קאָנסטרוקטאָר אף א זאװאָד,

-- האָסט אים ליב געהאט?

-- װאָס האָב איך פארשטאנען אין ליבע! דעמלט האָט זיך מיר געדאכט, אז יאָ.

-- און איצט?

-- איצט האָט זִיך מיר אופגעהערט דאכטן,

-- װאָלסט זיך מיט אים פאנאנדערגעגאנגען?

-- יאָ.

-- און דאָס קינד?

-- דאָס קינד װעט בלײַבן מיט מיר און מײַן מאמען.

-- האָסט א מאמע אויך?

-- װוי זשע? זי קוקט נאָכן קינד.

אין דער טאָפּאָל-אלײיע זײַנען געשטאנען בענק. לעבן איינער זײַנען זיי גראָד דורכגע- גאנגען,

-- מירן זיך צוזעצן! - האָט געפרעגט ארקאדי.

-- יאָ, מיר שפּאַצירן שוין לאנג, -- האָט געענטפערט זשאנע.

זי האָבן זיך צוגעזעצט,

-- און װוי װעט זײַן, -- האָט, פאָרזעצנדיק דעם געשפּרעך, געפרעגט ארקאדי,---אויב דער אנדערער, װאָס צוליב אים װעסטו זיך צעגיין פא מאן, װעט דאָס קינד ניט װעלן?

-- װאָס הייסט?

-- פּאָשעט: דיך, װעט ער זאָגן, דארף איך, און דאָס קינד ניט. און די מאמע אויך ניט.

-- ער קאָן אזוי ניט זאָגן,

-- פארװאָס? דו קענסט אים דען? ווייסט, װאָס פאר א מענטש ער איז?

-- אָט דו... דו װאָלסט אזוי געזאָגט!?--- האָט זשאנע אים איבערגעשלאָגן.

-- און װאָס ווייסטו וועגן מיר? דו קענסט מיך דען?

-- איך דארף דיך ניט קענען --איך האָב דיך ליב! -- האָט זיך ארויסגעריסן בא איר.

-- נו, גוט, -- האָט ער געזאָגט. -- איבעראיאָר װעסטו קומען אין אן אנדער סאנאטאָרי, נאָך עמעצן באגעגענען, און דיר װועט זיך אױיסװײַזן, אז דו האָסט יענעם ליב.

-- מיר װעט זיך מער ניט אױסװײַזן, -- האָט זי געענטפערט און א שטרעק געטאָן צו אים די הענט. ער האָט פאָרזיכטיק די הענט פון זיך אָפּגעװענדט און געזאָגט:

-- זשאנע, מיר זײַנען ניט קיין קינדער. מיר האָבן ניט קיין רעכט צו זײַן לײַכטזיניק. איך װעל זיך באלד אופהייבן און אװעקגיין. דערנאָך װועסטו אוועקגיין. אין אן אנדער זײַט. מער װועלן מיר זיך ניט באגעגענען.

-- פארװאָס? -- האָט זי א צי געטאָן זיך צו אים.

ער האָט זיך שוין געהאט אופגעהויבן, האָט ער זיך װוידער צוגעזעצט,

-- איך וויל ניט זײַן דער שולדיקער אין א פאמיליען-טראגעדיע, -- האָט ער געזאָגט,--- איך ווייס ניט, װי דײַן מאן, נאָר די טאָכטער און די מאמע זײַנען דאָך אוואדע גאָרניט שולדיק.

-- דאָס איז אלץ, װאָס דו קאָנסט מיר זאָגן?

-- יאָ.

ער האָט זיך אופגעהויבן. זי האָט אים א צי געטאָן בא דער האנט און צוריק אוועקגע- זעצט לעבן זיך.

-- אויב אזוי... אויב אזוי, זאָג מיר צו איינס...

-- װאָס?

-- מיר איז נאָך געבליבן א װאָך צײַט צו זײַן דאָ. שענק מיר די דאָזיקע װאָך. זײַ מיט מיר...

-- ניין.

-- כ'האָב געװוּסט, -- האָט זי שטיל, וי פאר-זיך, א זאָג געטאָן. -- ביסט פון די מענטשן, װאָס גייען דורך די גאס נאָר אין דעם אָרט, װוּ ס'איז דערלויבט,

-- פארשטיי, װי דו ווילסט,

61

זי האָט לאנג געשוויגן. ער האָט אויך געשוויגן. געװאָלט זיך אופהייבן, אוועקגיין און ניט געקאָנט, וי אמאָל צו זאָיען האָט זיך דערװועקט אין אים א מאָדנע ראכמאָנעס-געפיל צו אָט דער קליינינקער לײַכטזיניקער פרוי. מיט זאָיען האָט ער ניט געװוּסט, איצט איז אים קלאָר געװוען, אז ס'איז ניט מער, װי ראכמאָנעס, און דאָך איז ער ניט אוועקגעגאנגען.

-- נו, גוט, -- האָט זי געזאָגט. --- מאָרגן... שענק מיר דעם מאָרגנדיקן טאָג... איבערמאָרגן פאָר איך אוועק..-- זי האָט דערפילט, אז באלד װעלן בא איר א שפּריץ טאָן טרערן, האָט זי זיך אופגעכאפּט און אנטלאָפן. ארקאדי איז געבליבן זיצן אף דער באנק. ער האָט ניט פארשטאנען, װאָס קומט מיט איר פּאָר. איז זי טאקע אין אים פארליבט? און ער? ער פארי שטייט ניט איר געפיל, ניט פּיייַק צו באנעמען עס? איז זי, אויב אזוי, ניט לײַכטזיניק, װי אים דאכט זיך, נאָר פארקערט, --א מענטש, װאָס איז פּײיק אף א שטארקן געפיל, פיייק צוליב אָט דעם געפיל א סאך מאקריוו זײַן... און ער?! ער באנעמט עס פּאָשעט ניט. פארדינט ער דען, אויב אזוי, אזא ליבע, איז ער זי װוערט?

אף מאָרגן זײַנען זיי װידער געווען צוזאמען. גלײַך נאָכן פרישטיק איז מען אוועק אין די וועלדלעך, װײַט פונעם סאנאטאָרי, װוּ מע טרעפט קימאט קיין מענטשן ניט. געשפּאנט, גע" רעדט, געשוויגן. צו מיטיק און צו אָװנטברױט האָבן זיי אין סאנאטאָרי זיך ניט אומגעקערט, ניט געפילט קיין הונגער און קיין מידקײַט.

-- דעם הײַנטיקן טאָג, -- האָט זי געזאָגט, -- װעל איך אװעקטראָגן מיט זיך אפן גאנצן לעבן. דעם הײַנטיקן און די פאָריקע נאָך דער עקסקורסיע. א דאנק דיר פאר אָט די גאָלדענע טעג. דו ווייסט ניט, ניין, דו ווייסט ניט, װאָס זיי באטײַטן פאר מיר.

ער האָט ניט געװוּסט װאָס צו זאָגן איר דערוף, ער האָט נאָר געפילט, װי איר גאנצער וועזן איז אויסערגעוויינלעך אופגעברויזט, און אָט דער ברויז האָט אף א מאָדנעם אויפן זיך איבערגעגעבן אויך אים. עטלעכע מאָל האָבן זיי זיך שוין געהאט געזעגנט, נאָר ניט בעקויעך זיך פאנאנדערצוגיין, נאָכאמאָל געבליבן צוזאמען, נאָכאמאָל געגאנגען, געשויגן, גערעדט. ביז זי האָט אים אָפּגעשטעלט צופוסנס פון א פארנאכטלעך-טונקלענדיקן בערגל.

-- דער הײַנטיקער טאָג, -- האָט זי געזאָגט, -- איז מײַנער. -- איר פּאָנעם האָט העל געי לויכטן אין דער טונקל מיט עפּעס א טיפער אינערלעכער שײַן. -- ס'איז מײַן טאָג, -- האָט זי איבערגעכאזערט, -- און איך וויל, אז אין דעם טאָג זאָל פאָרקומען אלץ, אלץ...

אף מאָרגן איז זי אוועקגעפאָרן.

צוויי אומגעריכטקײַטן האָבן דערווארט סעמיאָן יעווסייעוויטשן, װען ער האָט זיך אומ" געקערט אין סאנאטאָרי: איינע אן אָנגענעמע--א בריוו מיט א באנדעראָל פון דער היים: די צווייטע --ארקאדי סאטאנאָווסקי האָט זיך געקליבן אין וועג. וװען גרינבוים איז ארטני געקומען אין צימער, האָט יענער שוין פארצויגן דעם צווייטן פּאס פון זײַן ניט גרויסן לעדער- נעם טשעמאָדאן.

-- װאָס טוסטו, ארקאדי?! -- האָט גרינבוים געפרעגט.

-- איר זעט דען ניט!

-- ביסט דאָך געקומען אהער שפּעטער פון מיר?

-- איז װאָס? און אװעקפאָרן װעל איך פריַער.

-- נאָך וועמען האָסטו זיך עס פארבענקט!

-- װאָס זשע, ניטאָ נאָך וועמען?

-- אשטייגער?

-- אשטייגער, נאָך די כעוורע פון בריגאדע, נאָך דער ארבעט. -- און צוגעגעבן, פּאָרענדיק זיך באם טשעמאָדאן, -- איר ווייסט גאָר ניט װאָס פארא כעוורע בא מיר אין בריגאדע. ערשטנס, אן עמעסער אינטערנאציאָנאל: א רוס, אן אוקראיִנער, א טאָטער, אן ארמענער און א ייַָד. פינף פּארשוין -- פינף נאציאָנאליטעטן. און לעבן, וי ברידער. װאָס זאָג איך -- לײַבלעכע ברידער לעבן זיך אמאָל אזוי ניט צונויף, וי מיר. איינער פארן אנדערן איז גרייט אין פײַער און אין וואסער!

-- און קיינער טיילט זיך פון קיינעם מיט גאָרניט אויס?-- האָט געפרעגט גרינבוים.

--- צו װאַס?

--- אין װאָס זשע באשטייט, אויב אזוי, דער נאציאָנאלער אייגנארט פון יעדערן פון אײַך!

ארקאדי האָט א קוק געטאָן אף זײַן שאָכן;

-- עפּעס פארשטיי איך אײַך ניט, סעמיאָן יעווסייעוויטש.

. 62

-- פארשטייסט ניט?-- האָט יענער געזאָגט, איבערטוענדיק זיך אין דער פּיזשאמע.-- איך האָב ערשט-אָ געהאט א טשיקאווע געשפּרעך.

-- מיט וועמען?

-- מיט איינעם א ייִדן פון װלאדיװאָסטאָק. ער איז ארויס מיט א גאנצער ,טעאָריע?? אמאָל, זאָגט ער, האָבן ייִדן געהאט זייער נאציאָנאלן אייגנארט, ספּעציפישע סימאָנים, װאָס לויט זי האָט מען געקאָנט דערקענען א ייִד פאר א מײַל. איצט זײַנען אָט די סימאָנים ניטאָ, גוט, זאָג איך, װאָס ניטאָ. איצט באשטייט דער נאציאָנאלער אייגנארט פון א ייַדן אין דעם, װאָס ער טיילט זיך ניט אויס צװישן אנדערע, װײַל ער איז מיט אלעמען גלײַך. אָט װאָלט איך אים טאקע געדארפט ברענגען פאר א בײַשפּיל דיך און דײַן בריגאדע,

גרינבוים האָט בײיסמײַסע פאנאנדערגענומען דאָס גראָבע פּאק"-פּאפּיר פון דער באנדעראָל און ארויסגעצויגן פון דאָרט א לענגלעך ביכל אין העל-קאָלירטע טאָװולען.

-- א שאָד, -- האָט ער געזאָגט, -- װאָס כ'האָב עס ניט באקומען פריִער און ניט געקאָנט באװײַזן יענעם ייִדן.

-- װאָס איז עס? -- האָט געפרעגט ארקאדי.

-- דאָס איז אונדזער ייַדישער זשורנאל , סאָװועטיש היימלאנד".

-- װווּ דערשײַנט ער?

-- אין מאָסקװע.

-- איר שרײַבט אים אויס?

-- יאָ, באלד שוין פופצן יאָר.

-- און איר לייענט אים?

-- א פראגע! איך קאָן זיך ניט דערווארטן אף יעדן נײַעם נומער. אין דער היים בא מיר ווייסט מען עס, און זעסט, װי נאָר דער נומער איז אָנגעקומען, האָט מען מיר אים גלײַך אריבערגעשיקט אהער,

געזעגנט האָבן זיי זיך, װי עמעסע קרויווים. גרינבוים האָט באגלייט ארקאדין צום װאָק- זאל.

-- דעם אדרעס געדענקסטו? -- האָט ער געזאָגט, ווען ס'איז צוגעקומען דער צוג.

-- וי זשע? דעם אדרעס און דעם טעלעפאָן.

-- וי נאָר כ'וועל אהיימקומען, כאפּ זיך ארלין.

-- גוט, -- האָט געענטפערט ארקאדי, -- מיט פארגעניגן!

-- און טאָמער וילסטו, גיי ארײַן פריִער, גיב איבער א גרוס!

--- ניין, איך װעל שוין צוּווארטן, ביז איר װועט קומען,

-- וי דו ווילסט. זײַ מאצליעך!

ארקאדי האָט זיך ארופגעכאפּט מיטן טשעמאָדאן, פון טאמבור א מאך געטאָן מיט דער האנט. : דער צוג האָט גערירט. סעמיאָן יעווסייעוויטש איז נאָך געשטאנען, ביז עס האָבן פארבלײי- געשװוינדלט די לעצטע ואגאָנען און פּאמעלעך געלאָזט זיך גיין פון װאָקזאל.

א ווינטל האָט געפּלאפּלט מיט די בלעטער פון די ביימער אפן וועג צום סאנאטאָרי.

אװעקגעפאָרן פריִער איז ער, -- האָט סעמיאָן יעווסייעוויטש געטראכט וועגן ארקאדין, -- ניט נאָר װײַל ער האָט זיך פארבענקט נאָך די כעוורע, נאָך דער ארבעט. דאָס אויך, פאר- שטייט זיך, אָבער ניט נאָר... א היפּשע ראָליע האָט, װײַזט אויס, געשפּילט דאָ זשאנע. אָפן האָט ארקאדי וועגן דעם ניט גערעדט, נאָר אפן וועג צום װאָקזאל האָט ער א פּאָר מאָל דערוף אָנגעדײַט. דארף זיך טרעפן א געשיכטע.. זי, די בלאָנדע, זשאנע, איז אין אים פארקאָכט געװאָרן, װי נאָר זי האָט אים דערזען. פאראן אין װעמען: א יונג -- שיין, געזונט, קלוג-- אלע מײַלעס! ער, סעמיאָן יעווסייעװויטש, האָט באמערקט פריִער פון ארקאדין, װי יענע לאָזט פון אים קיין אויג ניט אראָפּ. האָט ער זיך ניט װיסנדיק געמאכט. אן ערנסטער באָכער, ניט פון די, װאָס לאָזן זיך לויפן נאָך יעדן קליידל, איז זי אים פּאָשעט ניט אָנגעגאנגען. נאָר א פרוי, אז זי וויל, קאָן זי אויספירן אירס. און אז זי האָט אויסגעפירט, איז אים געװאָרן פון אָט דער גאנצער געשיכטע --דאָס קאָן מען פארשטיין ---ניט לײַכט אפן הארצן. זי אין אים איז געווען פארקאָכט. ער -- ניט. און דאָך איז אלץ געשען... פון איין זײַט, װײַזט אויס, איז אים געווען זי א שאָד. פון דער אנדערער --אן ערלעכער באָכער, האָט ער ניט געקאָנט זיך עס מויכל זײַן. האיטאָכן! זי איז באגאנגען א פארברעכן קעגן איר מאן און קינד, אָבער ניט קעגן זיך. זי האָט ליב געהאט, און דאָס אליין מאכט באָטל פיל כאטאָיִם. ער אָבער איז באגאנגען א פארברעכן אי קעגן איר, אי קעגן זיך, װײַל ער האָט ניט ליב געהאט.. װי זשע פאָרט איז עס געשען?! דער באָכער איז ארומגעגאנגען די לעצטע טעג --- סעמיאָן יעווסייעוויטש

03

האָט עס גוט געזען---אָן א קאָפּ. ארקאדי האָט געמוזט אװעקפאָרן, ער האָט דאָ ניט געקאָנט פארבלײַבן מער.

פונװײַטן האָט מען שוין אָנגעזען דעם צענטראלן קאָרפּוס פונעם סאנאטאָרי, נאָר סע- מיאָן יעווסייעוויטש האָט זיך ניט געײַלט. אים איז פּריקרע געװען צו קלערן, אז אָט װעט ער זיך אופהייבן צו זיך אין צימער און װעט דאָרט קיינעם ניט טרעפן. מאָדנע, --האָט ער געקלערט, --נאָך צוריק מיט א קנאפּן כוידעש האָט ער אפילע ניט געװוּסט, אז עס לעבט אף דער וועלט אזא באָכער --ארקאדי סאטאנאָווסקי, און איצט איז ער אים שוין אײַנגעבאקן אין הארצן. ער האָט געהאט דרײַ זין, װעט ער האָבן א פערטן.. ער װעט אים איצט שין אויספעלן. אזא אומעט האָט מיטאמאָל ארומגעכאפּט סעמיאָן יעווסייעװויטשן, אז ער איז אויך גרייט געווען מויכל זײַן די עטלעכע טעג, װאָס אים איז נאָך פארבליבן צו זײַן דאָ, נעמען דאָס רענצל און אװעק צום װאָקזאל. ער האָט עס אָבער ניט געטאָן. יאָרן ארבעט, יאָרן ארמיי-דינסט, פראָנט האָבן צוגעוווינט גרינבוימען צו דיסציפּלין. מאלע װאָס עס װאָלט זיך װעלן. פאר אלץ איז דאָ א צײַט. די פּוטיאָווקע אין סאנאטאָרי איז געגעבן אף 24 טעג, װעט ער זיי אָפּזײַן אלע, ביזן לעצטן. אײַ ס'איז אומעטיקלעך? מיילע. גוט, װאָס מע האָט אים צוגעשיקט דעם פרישן זשורנאל-נומער, װעט ער אים לייענען. ער האָט שוין טאקע אף אָט דעם נומער ארויסגעקוקט, אין אים איז אָפּגנעדרוקט די פאָרזעצונג פון א נײַעם ראָמאן, װאָס האָט אין פאָריקן נומער אים פארינטערעסירט.

דאָס פענצטער פונעם קליינעם צימערל אפן דריטן שטאָק פונעם סאנאטאָרי-קאָרפּוס האָט איבער דער לאנגער טאָפּאָליאלײע העל געלויכטן ביז שפּעט אין דער נאכט.

צ װײיטער טײל 1

באם קאָמוניזם, װען אָט דער טרוים פון דער מענטשהײַט װעט מעקוּיעם װערן, װעלן אומגליקלעכע מענטשן זײַן אָדער ניט?! װײַזט אויס, זײַן.

ליבע... װי אצינד, װוי אין אלע צײַטן, װעט עס אויך דאן פארבלײַבן איינער פון די פארהוילנסטע געפילן. איינע האָב איך ליב, א צוייטע מיך.. דאָס װעט פארבלײַבן. װעט בלײַבן אויך דער פּײַן פון ניט צעטיילטן געפיל.

און נאָך! נאָך װעלן אומגליקלעך זײַן מענטשן, װאָס מאמעס צוליב פארשיידענע סיבעס (מאלע װאָס פארא סיבעס עס קאָנען זײַן) װעלן ניט קאָנען ארבעטן. ניט ארבעטן איז אן אומגליק, פּונקט װי טאָן אן ארבעט, װאָס איז ניט צום הארצן. עמעס, דאן, באם קאָמוניזם, װעלן זײַן באדינגונגען פאר דעם, אז יעדערער זאָל טאָן די ארבעט, װאָס אים איז ליב. ניט שטענדיק אָבער געפינט גלײַך אליין דער מענטש, אין װאָס זײַן בארוף איז. אנדערע קומען דערצו דורך פּײַנלעכע זוכונגען.

יאָ, אויך אין יענער צײַט װעלן אומגליקלעכע זײַן. אָבער גליקלעכע-- מער. אָן אן ערעך מער! גליקלעכע מיט דער מעגלעך פולער הארמאָניע פון געדאנק און געפיל, פון פיזישער און גײַסטיקער גװוּרע, שײינקײַט, פון שטרעבונג און דעראָבערונג. אויך איצט זײַנען געוויס פאראן מענטשן, װאָס עס פאלט שוין אף זיי דער אָפּשײַן פון יענער צײַט.

א לויטערער זומער-פרימאָרגן האָט געהילט די שטאָט אין א דורכזיכטיקן שלייער. זי האָט, א צופרידענע, געווארעמט זיך אין זײַנע שטראלן, ברייטלעך צעװאָרפן די גאסן, פּלע- צער און ראנדיגעביטן צװישן די נעענטער --גרינע און װאָס װײַטער, אלץ מער בלויע און בלוילעכע הויכענישן. פון לאנג שוין צו זען, אז צווישן זיי, אָט די הויכענישן, און דער שטאָט איז געווען א מין שטומע אָפּגערעדטקײַט: ,דו, שטאָט, ביסט יונג, מיר -- אלט, קיינמאָל האָט זיך אונדז ניט געכאָלעמט, אז דיר װעט קלעקן דרײיסטקײַט אופצוקומען דאָ, צװישן אונדז. נאָר האָסט געוואגט און ביסטו דאָ, -- זײַנען מיר פאר דיר א זיכערע שוץ .=

שטייען זיי אזוי אין א ריזיקן קרײַז, די הויכע סאָפּקעס, קוקן צו, װי זי האלט צופוסנס בא זיי אין איין וואקסן, די שטאָט, און װוּיניט-ווּ נעמט זי שוין קלעטערן אף זייערע מעשו- פּעדיקע אָפּהאנגען. איר איז דאָ גוט, דער שטאָט, היימלעך.

אָט די הײימלעכקײַט רינגלט ארום אויך אים, ארקאדי סאטאנאָווסקין, זינט ער געדענקט זיך. אויב פון דער קינדהײַט אָן, פארבליבן אָן טאטע-מאמע, האָט ער דאָך זיך געפילט ניט

4--13 644

אינגאנצן פאריאָסעמט, איז עס געשען אדאנק צויי ליבע וועזנס--דער באָבע און... דער שטאָט. יאָ, זיי ביידע, -- אי די בענימעסע אלטע ייִדענע, אי אָט די שטאָט, די שטענדיק יונגע, די קעסיידער ברויזיק-הילכנדיקע מיט זעגן און העק, מיט בולדאָזערס און הייבקרא- נען, -- ביידע האָבן ניט געקארגט פאר אים זייער געטרײַשאפט. דערפאר האָט אים אזוי געי צויגן אהער, דערפאר איז ער אזוי גליקלעך געווען אויך איצט, ווען נאָכן אומקערן זיך פון סאנאטאָרי, איז ער צום ערשטן מאָל געגאנגען צו זיך אפן זאװאָד.

אופגעשטאנען פרי, -- ס'איז זיך ניט געשלאָפן, --האָט ער באשטימט זיך דורכגין אֹף דער ארבעט צופוס, כאָטש פון דער טשאפּײַעװ-גאס, װוּ ער האָט געװוינט, צום זאװאָד איז געווען א מעהאלעך פון היפּשע עטלעכע קילאָמעטער. װי מיט א לעבעדיקן פרלינט, האָט זיך אים געװאָלט זען אויך מיט דער שטאָט. ער האָט פּאָשעט זיך פארבענקט נאָך איר.

אין צענטער פון שטאָט באנאנד צװיי סקװערן--אן אלטער און א נײַער. דעם אלטן האָבן ,אָפּגעדונגען" די פּענסיאָנערן. א גאנצן טאָג קאָן מען זי דאָ זען זיצן אף די בענק און שמועסן. זעלטןיווען שפּרענקלט זיך דאָ ארײַן אף א באנק א יונג פּאָרל! זי איז אלציינס, וו צו זיצן אָדער שטיין, סײַװוי, כוץ זיך אליין זעען זי און הערן גאָרניט.

דער נײַער סקווער שטרעקט צום הימל די שטרענגע סטעלע פונעם אָבעליסק-- אן אָנ- דענק די לאנדסלײַט, װאָס זײַנען געפאלן אין דער פארגאנגענער מילכאָמע. אָט דאָס אָרט האָט ארקאדי קיינמאָל ניט געקאָנט פארבײגיין גלײַכגילטיק. אפילע װען ער האָט ערגעץ זייער געײַלט, האָט ער כאָטשבי אף א רעגע דאָ זיך אָפּנעשטעלט. אזוי האָט ער געטאָן אויך איצט.

די פארגאנגענע מילכאָמע... ער האָט זי ניט געװוּסט. געבוירן געװאָרן איז ער שוין היפּש נאָך איר. פון ביכער בלויז, פון פילמען, פון עלטערע לײַט וועגן איר געװוּסט, געװוּסט אָבער ניט װייניק, װײַל ער האָט אין זיך זשעדנע אײַנגעזאפּט אלץ, װאָס האָט געהאט א שײַכעס צו יענער שרעקלעכער צײַט, פאר וועלכער ער האָט זיך געפילט א באלכויוו. כאָטש, אייגנטלעך, וועגן װאָס פאר א כויוו זײַנעם, ארקאדיס, וי פון זײַן גאנצן דאָר, האָט געקאָנט גיין א רייד, אויב אין יענע יאָרן, ווען ס'איז געגאנגען די מילכאָמע, איז ער נאָך אפילע אף דער װעלט ניט געוען. אָבער אויך אין דעם איזן פאראן עפּעס װי זײַנע א שולד,-- אזוי האָט ער עס געשפּירט, --װאָס צו יענער צײַט האָט ער געבוירן װערן פארשפּעטיקט. און נאָך האָט ער שטענדיק געשפּירט, -- כאָטש מיט קיין װאָרט ניט ארויסגעזאָגט עס און אפילע אין געדאנק אין קיין װאָרט ניט אויסגעפורעמט--אָבער מיט אלע כושים געשפּירט: זיי, די אומגעקומענע אין יענער מילכאָמע, האָט ער צו פארדאנקען פאר דעם, װאָס ער לעבט, ארבעט, האָט פרײַנט, זעט איבער זיך דעם הימל... א באלכויוו איז ער פאר די אלע, װאָס זייערע נעמען זײַנען יאָ און ניט אָנגעצייכנט אף די אָבעליסקן... זיי זאָגן: , מיר זײַנען געווען מענטשן. מיר זײַנען אומגעקומען, דו זאָלסט לעבן. טאָ זײַ א מענטש". ס'איז זייער צאװאָע... אזוי האָט ער, ארקאדי סאטאנאָווסקי, געפילט און װעגן דעם האָט ער אלע מאָל געטראכט, שטייענדיק בא אָט דעם אָבעליסק, צי באם אנדערן, יענעם, װאָס איז געשטעלט אין ייִשעװו פון זייער זאװאָד,

פארן קנאפּן כוידעש, װאָס ער איז דאָ ניט געוען, זײַנען אין שטאָט פאָרגעקומען ענ- דערונגען. מע האָט באוויזן איבערגראָבן די גאָרקיגאס אין דעם אָרט, װוּ זי קרייצט זיך איבער מיט דער לעניןיגאס--מע האָט געהאלטן אין דורכלייגן די שטאָטישע טערמאָ- טראסע. א ריזיקע ערדגראָבנדיקע מאשין און א מעגושעמדיק גרויסער בולדאָזער האָבן פאר- שטעלט דעם וועג. ארקאדי האָט פארקערעוועט אף רעכטס און דאָ זיך אָנגעשטױסן נאָך אף א נײַס: לענגויס דעם גאנצן ערשטן שטאָק פונעם נײַעם פינפגאָרנדיקן מויער--א שילד; ,שערערײַ". פריער איז די שערערײַ געװען אינעם הז באם ראָג. אמאָל איז עס געוען דאָס פאָרנעמסטע אף אָט דער גאס, און איצט, אין פארגלײַך מיטן נײַעם מױער, האָט עס אויסגעזען נעבעכדיק און אָפּגעבליאקעװעט.

װײַטער איז ער אוועק מיט דער לענין-גאס. א גאנצע אלייע הויכע טאָפּאָל-בײמער האָט זיך געהויבן איבערן קאָפּ. באם ראנד פון טראָטואר האָבן, װי שניי, זיך געװײַסט הורבעלעך טאָפּאָל-פּוך. ארקאדי האָט זיך אָנגעבױגן, אָנגענומען א הויפן פּוך, און יענער איז בא אים פון דלאָניע זיך באלד פאנאנדערגעפלויגן. ניט װיסנדיק רעכט וװעגן װאָס, האָט ארקאדי א שמייכל' געטאָן און איז אוועקגעגאנגען װײַטער,

אָט איז דאָס דרײַשטאָקיקע געמויערטע הויז, װוּ עס געפינען זיך די געגנטלעכע צײַטוג- גען און די דרוקערײַ, מיט א מעמאָריָאל-טאָװל אף דער וואנט. דער טאָװל טיילט מיט, אז מיט פיל יאָרן צוריק האָט דאָ געארבעט א מענטש, װאָס זײַן נאָמען אין שפּעטער ברייט באװוּסט געװאָרן, -- עמאנויל קאזאקעוויטש. אנטקעגן -- די ביבלואָטעק אף שאָלעם-אלייכעמס

65

נאָמען, דער מוזיי, די געבײַדע פון דער מיטלשול. ארקאדין איז דאָ אלץ געווען אייגן, היימיש. אין אָט דער שול האָט ער זיך געלערנט. אין ביבליאָטעק אין ער ניט איין אָװנט אָפּגעזעסן אין לייענזאל איבער ביכער וועגן דער מילכאָמע, וועגן באװוּסטע קריגספירער, וועגן קאָסמאָס. אין מוזיי איז ער א סאך מאָל געווען אליין און מיט עקסקורסיעס. באזונדערס האָט ער ליב געהאט די עקספּאָזיציעס וועגן די העלדן פון בירגערקריג אפן װײַטן מיזרעך, וועגן די ערשטע איבערוואנדערער, וועגן דער היגער פאונע און פּלאָרע.

און אָט איז דער ניט גרויסער געמיטלעכער סאָװעטן-פּלאץ מיטן לענין-דענקמאָל אינ- דערמיט. ארום בלומען-קלומבעס -- רויטע, בלויע, פון אָראנזש-קאָליר.

ער איז אריבער אף דער שאָלעם-אלייכעם-גאס.

אפן גאנצן וועג ביזן זאװאָד האָט ארקאדין באגלייט א געפיל פון גליק, --גליק, װאָס איז שוין דאָ אין און ארום אים, און גליק נאָך גרעסערס, װאָס ער וייסט נאָך ניט --װוּ, ווען, װיַאזוי עס װעט קומען צו אים, נאָר ער ווייסט --ס'וועט קומעף מיט אָט דעם געפיל איז ער ארײַן אין צעך.

אין אויג, אין אויער, אין הארצן האָט אים דאָ גלײַך א שפּאר געטאָן און פרײַנטלעך ארומגענומען עפּעס זייער אייגנס, נאָענטס. נעכטן, װען ער איז שפּעט אינאָװנט אראָפּ פון צוג און אוועק צו זיך אין זײַן איינזאמער דירע אף דער טשעפּײַעװיגאס, האָט ער זיך נאָך ניט געפילט אינגאנצן אין דער היים. אפאנעמעסן אין דער היים האָט ער זיך דערפילט איצט, אין צעך. דאָ האָבן געווארט אף אים זײַנע כאוויירים, זײַנע ווערקשטעלן.

ביזן אָנהײיב פונעם ארבעטסטאָג איז נאָך פארבליבן א מינוט פופצן. אינעם לאנגן, ברייטן, הילכיק-הויכן צעך האָט מען, אױספּרוּוונדיק, געלאָזט אין גאנג איין װוערקשטעל, א צווייטן. זייער צוגעטויבטער גערויש האָט אף א װײַלע אופגעטומלט און באלד אײַנגעשטילט געװאָרן. דאן האָבן זיך געלאָזט הערן קורצע, אָפּגעהאקטע פראזעס, מיט וועלכע מע האָט זיך איבערגעװאָרפן אין צעך: א פראגע, אן ענטפער, א קורצער געלעכטער. ווען אין מיטלסטן פּראָליאָט פונעם צעך האָט זיך באוויזן ארקאדי, האָבן איינער, א צווייטער זיך א קער געטאָן אין זײַן זײַט, און צום אָרט, װוּ ס'האָבן געארבעט די כעוורע פון זײַן בריגאדע, איז ער שוין געגאנגען ,, קאָליסטראָי", דורך אָן א שיר צופרידענע אויסרופן. זײַן נאָמען האָט ער דערהערט אױסשרײַען פון פארשיידענע זײַטן און אף א פארשיידענעם אויפן, לוט דער מאָס פון יעדן איינעמס גרעסערער אָדער קלענערער נאָענטקײַט צו אים:

-- זע, ארקאדי!

--- פונוואנען האָסטו זיך גענומען?

-- ארקאשע? דארפסט דאָך נאָך, דאכט זיך, פּרעגלען אפן פּליאזש?

-- שוין גענוג אָפּגעפּרעגלט, --האָט אויסגערופן א צװייטער,--זעסט ניט! ער איז שווארץ, וי א ציגײַנער.

-- זדאָראָוו, סאטאנאָווסקי! װאָס מאכט מען?!

-- קאק זשיטוכא?

-- זשיטוכא, בוד ספּאָקי, -- האָט זיך דערהערט אן אויסרוף, --ער האָט ארופגעכאפּט די פײַנע פּאָר קילאָגראם,

ניט אָפּשטעלנדיק זיך, איז ארקאדי געגאנגען צװישן אָט די פרײַנטלעכע אויסרופן, בלויז געװויטעט זיך אין אלע זײַטן, די נאָענט-שטײענדיקע ארײַנגעשטעקט א האנט, די װײַטערי שטייענדיקע באגריסט מיט אופגעהויבענע און צוזאמענגעשלאָסענע דלאָניעס. אף יעדער באגריסונג און כאָכמע, װאָס האָבן זיך געשאָטן פון אלע זײַטן, געענטפערט מיט זײַנער א באגריסונג, מיט זײַנער א כאָכמע. צו דעם, װאָס האָט אײַנגעזען אף אים א פּאָר צוגעקומענע קילאָגראם, א געשריי געטאָן:

-- האָסט א טאָעס, --- צוויי קילאָגראם אָנגעװוירן.

-- מאָלאָדיעץ! -- האָט יענער געענטפערט, -- װעסט נאָך באװײַזן ארופנעמען.

ענדלעך איז ער צוגעקומען צו דעם אָרט אין צעך, װוּ ס'האָט געארבעט זיין בריגאדע. די כעוורע האָבן לאנג שוין געזען, װי ער גייט, נאָר ניט גערירט זיך פון אָרט, ניט געװאָלט שטערן אנדערע באגריסן זיך מיט זייער בריגאדיר און געדולדיק געווארט אף אים מיט לוסטיק ארויסקוקנדיקע אויגן. װי נאָר ער האָט זיך באוויזן, איז ארקאדי באלד פארשװװונדן געװאָרן אונטער די אָרעמס פון זײַנע כאוויירים. אלע צוזאמען, מיטאמאָל האָבן זיי אים ארומגעכאפּט, װי כאָקײיסטן זייערן א כאווער, וועלכער האָט ארײַנגעשלײַדערט א שײַבע.

-- שיידים, איר װעט מיך דאָך דערשטיקן! --האָט ארקאדי קוים זיך ארויסגעראטעװועט פון די אָרעמס פון די צופרידענע כעוורע. -- לאָזט מיך אף אײַך א 'קוק טאָף

6

-- אף אונדז איז ניטאָ װאָס צו קוקן, -- האָט געזאָגט וואסילי קרילאָװו, --- לאָמיר אָקאָרשט א קוק טאָן אף דיר, װי זעסטו אויס נאָכן קוראָרט? --דעם גרויסן רוסיאווע קאָפּ געדיכטע האָר אָפּגעװאָרפן אף צוריק, האָט ער, װי הויך ער איז, אויסגעשטרעקט די לאנגע הענט צו ארקאדיס אקסל, אים אָפּגערוקט עטװאָס פון זיך, װי מע רוקט אָפּ א בילדן קעדיי בעסער עס באטראכטן,

-- בראטווא, וי מיינט איר, ס'האָט געלוינט, דער זאווקאָם זאָל אויסברענגען פאר אים געלט אף א פּוטיאָװקע?

-- געלוינט! -- האָט אויסגערופן אָלעס טשערעדניטשענקאָ און שמייכלענדיק א בלענד געטאָן מיט די ברייטלעכע ציין אונטער די קוילישווארצע װאָנצעס.--זע, װי ער איז פאר- ברוינט געװאָרן! א מיידל װאָלט באצאָלט דערפאר גאָלד,

-- װאָס הערט זיך דאָ בא אײַך?--האָט ארקאדי געפרעגט.--מוסא, װעמען האָט דיר גאפיזע דײַנע געבראכט?

-- א ייַנגל,

-- מאָלאָדיעץ! דארף מען דאָך עס אָפּמערקן!

-- פארשטייט זיך. מיר האָבן געווארט אף דיר,

-- און בא דיר, יעגישע, װאָס פארא נײַס?!--האָט ארקאדי זיך א קער געטאָן צו פּא- פּאיאנען.

-- בא מיר -- די גרעסטע נײַס!

-- כאסענע געהאט?

-- ניין, דערמיט ווארט איך אף דיר. מיר װעלן שוין צוזאמען..

-- װאָס זשע?

-- א גאסט האָב איך.

--- וועמען?

-- דעם טאטן.

-- אזש פון ארמעניע?

--- פון יערעוואן,

-- ניט געפוילט זיך קומען אהער, צו דיר?

-- וי דו זעסט,

-- נו, גוט, מיר װעלן נאָך שמועסן, -- האָט געזאָגט ארקאדי. -- מיטן פּלאן װי האלט עסי

-- ניט שלעכט, -- האָט געענטפערט קרילאָוו. ער האָט פארביטן ארקאדין, ווען יענער איז ניט געווען. -- עס װאָלט געהאלטן נאָך בעסער, וען עס האמעװועט ניט דער דריטער באצירק. ער דערגיט ניט קיין זאגאָטאָוקעס.

-- נאָך אלץ?

-- וי געווען. מיט די ציין דארף מען זיי ארױסרײַסן. גוט, װאָס ביסט געקומען. מיר איז שוין דערעסן מיט זיי האָבן צו טאָן. נאָר דיר איז נאָך געבליבן, -- האָט קרילאָוו זיך א כאפּ געטאָן, --- א פּאָר טעג אורלויב?

-- ניין, איך בין ארויס צו דער ארבעט.

-- אין סאנאטאָרי געווען ניט דעם גאנצן טערמין?

-- ניין.

-- װאָס איז?

-- נאָך אײַך, שיידים, זיך פארבענקט, נאָך דער ארבעט.

-- מיר װאָלטן אין ערגעץ ניט אנטלאָפן, -- האָט באמערקט טשערעדניטשענקאָ.

-- די ארבעט אויך, -- האָט צוגעגעבן פּאפּאיאן.

-- איך בין אָבער צופרידן, װאָס כ'בין שוין דאָ, --האָט געענטפערט ארקאדי און א גלעט געטאָן זײַן האלב-אװוטאָמאטישן ווערקשטעל.-- עס בײַסן אזש די פינגער, אזוי ווילט זיך אן ארבעט טאָן!

-- אוב אזוי, -- האָט זיך אָנגערופן קרילאָו, -- נעם צוריק דײַנע בריגאדירישע פונקציעס און מאך א טאָלק מיט די זאגאָטאָווקעס.

מע איז צוגעטראָטן צו דער ארבעט. ארקאדי האָט זיך גלײַך דערפילט אפן אָרט. ער איז אװעק אפן דריטן באצירק, אױסגעקלאָרט, פארװאָס פארהאלט מען די זאגאָטאָװקעס, דערװוּסט זיך, װאָס עס קוועטשט זיי דאָרט, -- זי זײַנען אויך געווען ניט